פיינע נייעס – דאנערשטאג בא, ד’ טבת תשע”ט


 


JPUpdates Logo


דאנערשטאג בא, ד’ שבט תשע״ט
January 10, 2019
JPUpdates Logo
 


אמעריקאנער נעיווי וועטעראן ארעסטירט אין איראןאפיציעלע פרעסע באריכטן אין איראן האבן אויפגעדעקט אז איראן האט ארעסטירט אן אמעירקאנער נעיווי וועטעראן מיט וואכן צוריק, דער וועטעראן מייקל ווייט איז ארעסטירט געווארן אינעם שטאט מאשהאד. דער 46 יעריגער ווייט איז לויט זיין פאמיליע געפארן באזוכן אן איראנער פריינד און איז פארשוואונדען געווארן, די פאמיליע זאגט אויך אז ער איז נישט געזונט און ליידט אויף אסטמא און איז אינמיטן באהאנדלונגען פאר א טומאר אין האלז. עס איז נישט קלאר אויף וועלכע קלאגעס ער ווערט פארהאלטן, און דער איראנער רעגירונג האט נישט אפיציעל קאמענטירט אויף די באריכטן נאר געזאגט אז זיי האבן באריכטעט פאר אמעריקע איבער זיין ארעסט, און עס איז אויך באשטעטיגט געווארן דורך די סטעיט דעפארטמענט. מאנכע האלטן אז איראן זוכט דערמיט צו העכערן די דרוק אויף די טראמפ אדמיניסטראציע צו פארהאנדלן מיט זיי איבער נאכלאזן די סאנקציעס וועלכע שעדיגן שטארק די איראנער עקאנאמיע.
 

פאמפעאו: אמעריקע וועט ווייטער אפערירן אין סיריע נאכ’ן ריקצוגדער אמעריקאנער סעקערטערי אוו סטעיט מייק פאמעפאו וועלכער געפונט זיך יעצט אויף א באזוך אין מיטל מזרח האט נעכטן געגעבן א רעדע אין קאירא אין וועלכע ער האט פארשפראכן אז טראץ דער געפלאנטער ריקצוג פון אמעריקאנער קרעפטן אין סיריע טוט אמעריקע נישט גענצליך אויפגעבן איר ראלע דארטן, און וועט ווייטער דורכפירן אטאקעס קעגן אייסיס אויב עס וועט זיך אויספעלן, ער האט זיך אויך באצויגן צו די אנוועזנהייט פון איראנער קרעפטן און כעזבאלע אין סיריע און אין לבנון און געזאגט אז אמעריקע וועט דאס נישט אננעמען אלס סטאטוס-קווא און וועט נעמען מיליטירישע און דיפלאמאטישע מיטלן דאס צו באגרעניצן. פאמפעאו האט געגעבן דעם רעדע אינעם יועווערסיטי אוו קאירא, – דארט ווי פרעזידענט אבאמא האט געגעבן זיין באקאנטע רעדע – און האט ארויסגעלייגט די סטראטעגיע פון די טראמפ אדמיניסטראציע פאר’ן מיטל מזרח.
 

פייער אפשטעל אין תימן צושטערט נאך דראון אטאקע אויף מיליטערישע באזעא דראון מיט אויפרייס מאטריאל – געשיקט דורך די הוטי רעבעלן – האט געלאנדעט אין א מיליטערישע לופט באזע אינעם שטאט לאכידזש, הארט נעבן די שטאט עדן. דער גרעסטער מיליטערישע באזע פון די פרא-סאודישע רעגירונג. דער אטאקע איז געווען אינמיטן א מיליטערישע צעראמאניע און זעקס זעלנער זענען אומגעקומען דערפון און נאך צענדליגע זענען פארוואונדעט געווארן, צווישן די פארוואונדעטע ציילן זיך עטליכע גאר הויכראנקיגע מיליטערלייט אריינגערעכנט דער צווייט העכסטער גענעראל אין די תימנ’ער ארמיי. די הוטי רעבעלן האבן גענומען פאראנטווארטליכקייט אויף די אטאקע און א ווארטזאגער פאר די רעגירונג האט געזאגט אז דאס צייגט אז די רעבעלן זענען נישט גרייט פאר קיין שלום געשפרעכן און די רעגירונג וועט דעריבער באנייען די אקציעס קעגן זיי.

טראמפ: נענסי האט געזאגט ניין, איך האב געזאגט ביי בייא זיצונג צווישן פרעזידענט טראמפ און די דעמאקראטישע פירער האט זיך געענדיגט קורץ נאכדעם וואס עס האט זיך אנגעהויבן נאכדעם וואס די דעמאקראטישע פירער האבן אנטזאגט א פארשלאג פון פרעזידענט טראמפ צו ענדיגן דעם שאטדאון מיט’ן באדינג אז זיי געבן אים נאך אויף דעם גרעניץ וואנט ביז דרייסיג טאג, און דער פרעזידענט האט ארויסגעשטורעמט פונעם צימער בלויז פערצן מינוט נאכדעם וואס דער זיצונג האט זיך אנגעהויבן.

דער זיצונג איז געקומען אלס פרואוו צו טרעפן א וועג ארויס פונעם שאטדאון וואס האלט שוין אינעם ניינצנטן טאג, אבער דער פרעזידענט איז אנטשלאסן צו עפנען די רעגירונג נאר אויב ער באקומט זיין גרעניץ וואנט, און די דעמאקראטן זאגן אז דאס וועט נאר ארבייטן דורך א געהעריגע דעבאטע איבער אימיגראציע אין קאנגרעס.  

באלד נאך דעם זיצונג האבן די דעמאקראטישע פירער געגעבן אן עפנטליכן סטעיטמענט פארנט פונעם ווייסן הויז און באשולדיגט דעם פרעזידענט אז ער האלט די פעדעראלע ארבייטער אלס משכונות פאר זיינע פאליטישע פארלאנגען, און אין די זעלבע צייט האט דער פרעזידענט באשולדיגט די דעמאקראטן אז זיי זענען נישט גרייט אויף קיין קאמפראמיס און ווילן נישט קיין שום גרעניץ זיכערהייט.

 

פעדעראלע אגענטורן צו אירע ארבייטער: פרובירט צו פארדינען געלט אויף די זייטדי פעדעראלע קאוסט גארד אגענטור האט אויף איר וועבזייטל געזאגט פאר אירע ארבייטער צו זיין גערישט אז זיי וועלן נישט באקומען באצאלט פאר א שטיק צייט און האבן דעריבער געגעבן פארשידענע עצות וויאזוי זיי קענען מאכן אביסל זייטיגע געלט צו קענען לעבן דערווייל, צווישן אנדערע רעקאמענדירן זיי פאר די ארבייטער צו “נעמען בעיביסטינג דזשאבס” און אזוי אויך פארקויפן איבריגע ווערטפולע חפצים וואס מען פארמאגט, און נאך א רייע ענליכע וועגן וויאזוי צו פארדינען א דאלער. דאס האט ארויסגערופן א שטורעם וויבאלד עס ווערט געזען ווי גרינגשעצוג אין די ארבייטער, און נאך עטליכע שטונדן האט די אגענטור דאס אראפגענומען פן זייער זייטל.

 

טעות אין פריזאן רעפארם ביל עפעקטירט טויזנטער ארעסטאנטןא טעכנישע טעות אינעם היסטארישן “פריזאן רעפארם ביל” וועלכע איז דורכגעפירט געווארן פאריגן חודש מיט צוויי-פארטייאישע שטיצע האט געברענגט צו א צומישעניש אינעם טורמע סיסטעם, און עווענטועל שטעלט זיך ארויס אז טראץ וואס מען האט געמיינט אז דאס וועט באלדיג עפעקטירן טויזנטער ארעסטאנטן, דארפן זיי נאך דערווייל ווארטן ביז דער געזעץ ווערט פארראכטן אדער די יוסטיץ דעפארטמענט טרעפט א וועג וויאזוי צו אדרעסירן דעם פראבלעם. דער ביל האט געזאלט פארקירצערן די טורמע טערמינען פון טויזנטער דורך העכערן די צאל טעג וואס קען ווערן אראפגערעכנט פאר גוטע אויפפירונג פון 47 טעג יערליך צו 53, און עס האט געזאלט גערעכנט ווערן צוריקוועגס, און אזוי ארום וואלטן טויזנטער געקענט פריער ארויסגיין, אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דער לעגאלע שפראך אינעם ביל געווען נישט גוט געשריבן און איז נישט פעליג צוריקוועגס, טראץ וואס געזעצגעבער האבן דאס געמיינט צו זאגן. באאמטע אינעם יוסטעיץ דעפארטעמנט פרובירן צו טרעפן א לעזונג דערצו, און אויב וועט מען נישט טרעפן א לעזונג וועלן געזעצגעבער מוזן אריבערפירן אן הוספה צום געזעץ.

עלטסטע שול אין וואשינגטאן “פארט אויף רעדער”

איינוואוינער אין וואשינגטאן די.סי. זענען צוגעוואוינט צו טראפיק, אבער נעכטן זענען גאנצע גאסן געקומען צו אן אפשטעל ווען דער 142 יעריגער שול “עדת ישראל” איז געפירט געווארן אויף רעדער אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט, נאכדעם וואס אינזשענירן האבן באוויזן צו ארויסגראבן דעם שול און האלטן צוזאם דעם געביידע און עס גאנצערהייט אריבערפירן צום אידישן מוזעאום וועלכע האלט אינמיטן געבויט ווערן אין וואשינגטאן. דער שול איז אן היסטארישן טייל פונעם הויפטשטאט און איז געווען דער ערשטער שול אין שטאט, און פרעזידענט גרענט האט זיך פערזענליך באטייליגט ביים חנוכת הבית. דער מוזעאום וועט זיך עפענען אין צוויי יאר ארום, און דער שול וועט זיין א צענטראלע טייל דערפון.
 

אידישער בחור אין מיאמי אומגעקומען אויף א טראגישן אופןהבחור שמואל פארקאש ע”ה, א תלמיד אין די היברו אקאדאמי אין מיאמי איז אומגעקומען א טאג פאר זיין זעכצטנע געבורטסטאג ווען ער איז געפאלן פון א טעראסע אויפ’ן צענטן שטאק פון א קאנדאמיניום געביידע. ער האט פרובירט זיך צו אריינבאקומען אין זיין דירה וועלכע געפונט זיך אויפ’ן ניינטן שטאק, און האט דעריבער פרובירט צו אריבערקריכן פונעם באלקאן פונעם שכן העכער אים, אבער ער האט זיך אויסגעגליטשט און געפאלן צו זיין טראגישן טויט.

 

אידישע ארגאניזאציע טראגט אן הילף פאר אידישע פעדעראלע ארבעטערדי אמעריקאנער-אידישע “היברו פרי לאון סאסייעטי” האט נעכטן פארעפנטליכט א ספעציעלן פראגראם אונטער וועלכע זיי וועלן געבן א לאנג-טערמיניגער הלוואה פון צוויי טויזנט דאלער פאר יעדער אידישער ארבעטער אין די פעדעראלער רעגירונג וואס איז עפעקטירט פונעם שאט-דאון. מארגן פרייטאג וועט זיין דער ערשטער מאל וואס די ארבעטער וועלן נישט באקומען זיער געהאלט, און דעריבער האט די ארגאניזאציע געזאגט אז זיי וועלן געבן הלוואות פאר אלע פעדעראלער ארבעטער, און זיי וועלן עס קענען אפגעבן נאכדעם ווען די רעגירונג עפנט זיך צוריק אויף.

ניו יארקער סקול באסעס וועלן מוזן אינסטאלירן דזשי-פי-עס אפאראטןדער ניו יארקער סיטי קאנסיל האט איינשטימיג באשטעטיגט א געזעץ וועלכע וועט פארלאנגען אז אלע ניו יקארקער סקול באסעס זאלן מוזן אינסטאלירן א דזשי-פי-עס טרעקער וועלכע זאל ערלויבן אלע עלטערן צו קענען נאכקוקן פון זייערע סמארטפאונס וואו דער באס געפונט זיך, ענליך צו די טעכנאלאגיע וואס ערלויבט צו זען ווי דער קאר איז ווען מען באשטעלט אן “אובער”. דער געזעץ איז אויפגעברענגט געווארן נאך דעם שניי שטורעם פאריגן נאוועמבער וועלכע האט איבערגעלאזט עטליכע באסעס געשטראנדעט אין די שניי און עלטערן זענען געווען באזארגט איבער זייערע קינדער, דאס וועט אויך באקוועמער מאכן פאר עלטערן צו וויסן ווען מען דארף אראפגיין ארויפלייגן און אראפנעמען די קינדער פון די באס און וועלן נישט דארפן ווארטן אין די גאס. דער געזעץ גייט אריין אין קראפט קומענדיגע סעפטעמבער. איינער פון די ספאנסארס פונעם ביל איז דער בארא פארקער קאנסילמאן ר’ קלמן יעגער.

 

געזונהייט באאמטע באקעמפן די פרואוון פון פאליטישע באאמטע צו לעגאליזירן מאריכואנאטראץ וואס מעיאר דיבלאזיא און גאווערנער קאומא האבן פארשפראכן צו לעגאליזירן דאס יאר דעם באנוץ און פארקויף פון מאריכואנא אין ניו יארק, שטייט דאס אבער אויס שטארקע קעגנערשאפט פון סטעיט אגענטורן וועלכע זאגן אז דאס איז אן איבערגעאיילטע שריט, און אז מען טוט אונטערשאצן די שעדליכע זייט דערפון, זיי צייגן אן אז אין סטעיטס וואו מען האט עס לעגאליזירט איז געשטיגן די צאל באנוצער וועלכע קומען אן אין שפיטאל, און די צאל קאר עקסידענטס פון דרייווערס וועלכע זענען אונטער די איינפלוס פון דעם דראג. דער אסאסיאציע פון “קאונטי געזונהייט באאמטע” האבן ארויסגעלייגט א סטעיטמענט אין וועלכע זיי רייסן אראפ דעם גאווערנער פאר’ן נעמען די פאפוליסטישע שריט פון לעגאליזאציע אן נעמען אין באטראכט די שווערע קאנסעקווענצן וואס עס קען ברענגען און שטרייכן אונטער אז עס איז היפאקריטיש צו קעמפן קעגן רייכערן ציגארעטלעך אין די זעלבע צייט וואס זיי שטיצן דאס רויכערן צווייפלהאפטיגע סובסטאנצן.

דארף איר אויפקומען מיט א גרויס סכום געלט און אקורצע צייט?
א פריוואטע לאוען קען זיין אייער ענטפער.
347-675-5184  mkorchaim2@gmail.com

______________________________________________________

מיר ערלעדיגן קרעדיט קארדס און ביזנעס לאונס פון 25,000 $  ביז א מיליאן דאלאר
פאר %0 פראצענט אינטרעסט פון 12 ביז 21 חדשים / ווי אויך העלפן מיר בויען קרעדיט אין קרעדיט ריפעיר
רופט 718-306-9314 צופרידענהייט גאראנטירט
______________________________________________________

קורסעס אויף QuickBooks און Bookkeeping
לערנט אייך אויס וויאזוי צו ניצן ריכטיג  QuickBooks.  און די יסודות פון Accounting. וויאזוי צו מסדר זיין ריכטיג אייער ביזנעס, מיר שטעלן אויך צו Full Service Bookkeeping פאר קליינע ביזנעס’ס.
 347-766-4125  Tech Skills









 

JP News
1471 55 St. Brooklyn NY 11219

info@jpnewsny.com
Want to changehow you receive these emails?

 

Twitter Facebook link

 


 


Follow us!