פיינע נייעס – דאנערשטאג מקץ, ד’ דחנוכה תשע”ט


 


JPUpdates Logo


דאנערשטאג מקץ, ד’ דחנוכה תשע״ט
December 6, 2018
JPUpdates Logo
 


ארעסט פון וויכטיגע כינעזער ביזנעס פיגור שטרענגט אן באציאונגען

די אזוי-אויך אנגעשטרענגטע באציאונגען צווישן כינע און אמעריקע האט נעכטן זיך נאכמער דערקייקלט ווען קאנאדער אויטאריטעטן האבן – אויף די פארלאנגט פון אמעריקע – ארעסטירט די כינעזער ביזנעס פרוי מענג וואנזו, די הויפט פינאנציעלע אויפזעערין פונעם כינעזער טעכנאלאגיע ריז ״הואווי״. זי ווערט באשולדיגט אין שפילן א ראלע אין גנב׳נען טעכנאלאגישע סודות פון אמעריקאנער פירמעס, און זי וועט ווארשיינליך ווערן אויסגעליפערט קיין אמעריקע. דער כינעזער רעגירונג האט גאר שארף פארדאמט דעם ארעסט און עס אנגערופן א מענטשן רעכט פארלעצונג.
 

שלום געשפרעכן איבער תימן געעפנט אין שוועדן

אין שוועדן האט זיך היינט געעפנט א סאמיט, וועלכע איז א טייל פון אן אינטערנאציאנאלע פארזוך צו צונויפברענגען די צוויי קריגערשיע זייטן אין תימן וועלכע פירן שוין א בלוטיגע קריג פאר די לעצטע 4 יאר, עס האט זיך געעפנט מיט א אפמאך צווישן די צוויי זייטן פאר א מאסיווע ארעסטאנטן אויסטויש אונטער וועלכע די צוויי זייטן וועלן אויסטוישן טויזנטער מלחמה געפאנגענע, און פאראייניגן טויזנטער פאמיליעס. די געשפרעכן וועלן אנהאלטן א וואך צייט צווישן פארשטייער פונעם סאודי-געשטיצטן רעגירונג און די איראנער-געשטיצע רעבעלן. די ציל פון די יעצטיגע רונדע פון געשפרעכן איז צו לינדערן דעם הומאניטארער קריזיס וועלכע איז געשאפן געווארן צוליב די סאודיער בלאקאדע אויפ׳ן האדייע ים-פארט וואס פארמיידט קריטיש וויכטיגע הומאניטארע הילף און מעדיצין פון אנקומען צו מיליאנען תימנ׳ער וועלכע זענען אין א לעבנס געפאר.
 

שאצונג: האנדלס קריג אפגעקאסט א ביליאן דאלער פאר נעבראסקע פארמער

לויט א שאצונג פונעם נעבראקע פארם ביורא, האבן פארמער אין די סטעיט פארלוירן איבער א ביליאן דאלאר אין איינקונפטן, צוליב נקמה טאריפס וואס אנדערע לענדער לייגן ארויף אויף אמעריקאנער פראדוקטן בעיקר אין דעם אגריקולטור סעקטאר, אלס רעאקציע צו טראמפס טאריפס אויף זייער שטאל און אלומינום פראדוקציע.

טראמפ האט אין א אומדירעקטע רעאקציע צו דעם געשריבן, אז אז די יעצטיגער צייטווייליגער אפמאך מיט כינע וועלן האבן א פאזיטיווע אימפאקט אויף יעדע סארט פראדוקט, און צוגעלייגט אז פארמער וועלן האבן א גרויסע און שנעלע טובת הנאה פון פון דער פרישער אפמאך. אבער עקספערטן זאגן דער שאדן פאר די יעצטיגע קארן שניט סעזאן איז שוין אפגעטון, ווייל איינמאל קונסומערס קויפן פון געוויסע פירמעס בלייבן זיי מיט דעם פאר די גאנצע סעזאן.

מייקל פלין קאאפערירט פולשטענדיג מיט מולער

ראבערט מולער – דער ספיציעלער אויספארשער איבער די רוסישער אינטערווענץ אין די 2016 וואלן – האט אין א סטעיטמענט צום געריכט געבעטן אז פלין זאל באקומען נאר א מינימאלע שטראף אן קיין טורמע, וויבאלד ער האט גאר שטארק קאאפערירט מיט דער ספיציעלער אויספארשונג. ער האט געבעבן 19 אינטערוויוס פאר מולערס פראקורארן, אין וועלכע ער האט זיי געבעבן א ברייטע אריינבליק אין די פארבינדוגען צווישן רוסלאנד מיט טראמפ׳ס טראנזישן טיעם. פלין, וועלכער איז געווען דער נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער איידער ער איז אפגעזאגט געווארן דורך וויצע פרעזידענט פענס, האט זיך דערקלערט שולדיג פארגאנגענעם דעצעמבער אויף איין קלאגע פון ליגנט זאגן פאר א פעדעראלע אגענט איבער זיינע געשפרעכן סוף 2016 מיט דער רוסישער אמבאסאדאר סערגעי קיזליאק.

 

וויסקאנסין רעפובליקאנער באגרעניצן מאכט פון דעמאקראטישער גאווערנער

די רעפובליקאנער אנגעפירטע לעגיסלאטור אין וויסקאנסין האט באשטעטיגט א געזעץ וואס באגרעניצט די מאכט פון דעם אריינקומענדן דעמאקראטישע גאווערנאר און דער אטורני דזשעראל וואס וועלן אנהויבן זייערע טערמינען ערשט אין עטליכע וואכן ארום. די צוימונגען וועלן געבן ברייטערע רעכטן פאר די געזעצגעבער אויפ׳ן חשבון פונעם גאווערנער. און דער אמטירנדער רעפובליקאנער גאווערנער סקאט וואלקער איז ערווארטעט דאס צו באשטעטיגן. דער שריט רופט ארויס א שטורעם, און די דעמאקראטן רייסן עס אראפ אלס אומדעמאקראטיש און אלס א פרואוו צו אוועקנעמען די רעכטן פון די וויילער וועלכע האבן אריינגעוועלט א דעמאקראטישן גאווערנער.
 

שטודיע: האלב אמעריקאנער פאמיליעס האבן געהאט אן ארעסטירע פאמיליע מיטגליד

א לעצטערע שטודיע שטרייכט אונטער די פראבלעמען פונעם אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם און די איבערגעטריבענע צאל ארעסטן, ספעציעל אין מינאריטעט געמיינדעס. דער שטודיע וועלכע האט אויסגעפרעגט טויזנטער אמעריקאנער ערוואקסענע צייגט אז האלב פון אלע אמעריקאנער האבן געהאט כאטש איין ״נאנטע פאמיליע מיטגליד״ וועלכער איז געזיצן אין תפיסה. און איין צווישן פינף אמעריקאנער האט געהאט איינע פון זיינע עלטערן ארעסטירט ביי א געוויסע פונקט אין לעבן. דאס מיינט אז 113 מיליאן אמעריקאנער זענען דירעקט עפעקטירט געווארן פונעם אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם. די ציפערן צייגן אויך אז ווען עס קומט צו שווארצע אדער לאטינא פאמיליעס שטייגט די צאל דראמאטיש און רוב פאמיליעס זענען אויסגעשטאנען רדיפות פון די באאמטע אויף א געוויסע וועג. אזוי אויך זענען ארימע פאמיליעס פילפאכיג מער אויסגעשטעלט צו ווערן פארפלאנטער מיט׳ן געזעץ.

 

ריקאל ארויסגעגעבן פאר מעדיצין
פאר קליינע קינדער

דער פירמע ”טריס פארמא” האט ארויסגעגעבן א ריקאל אויף פליסיגע אייבאפראופען (א סארט טיינעלאל) פארקויפט אין די געשעפטן, וואלמארט, סי-ווי-עס, און פעמעלי-דאלער. די פירמע זאגט אז דער מעדיצין וואס איז געמאכט פאר קינדער צווישן זעקס און דריי און צוואנציג חדשים, איז שטערקער ווי עס שטייט אויף דער שאכטל און דעריבער קען האבן ערנסע זייט ווירקונגען.
 

טויזנטער שטים-צעטלעך אוועקגעווארפן אין נארט קאראליינע

דער דיסטריקט אטוירני אין וועיק קאונטי, נארט קאראליינע, האט נעכטן געזאגט אז ער האט געעפנט אן אויספארשונג איבער ״וואל שווינדל״ נאכדעם וואס עס איז באשטעטיגט געווארן אז עטליכע טויזנט ״עבסענטי בעלאטס׳ס״ זענען אוועקגעווארפן געווארן אינעם לעצטן קאנגרעסיאנאלע פארמעסט, און האט מעגליך געהאלפן צום געווינס פונעם רעפובליקאנער קאנגרעסמאן מארק העריס אין א שמאלע פארמעסט אינעם ניינטן דיסטריקט אין נארט קאראליינע. לויט די באשולדיגונג האבן רעפובליקאנער אקטיוויסטן זיך פארשטעלט פאר וואל באאמטע און צונויפגעקליבן טויזנטער עבסענטי בעלאטס פון עלטערע מענשטן און פטור געווארן דערפון, עס איז אומקלאר פון וויפיל בעלאטס עס האנדלט זיך אבער מען שאצט אז עטליכע טויזנט, און דעמאקראטן אין קאנגרעס באטראכטן לעגאלע שריט צו מעגליך רופן פרישע וואלן אינעם דיסטריקט.

Content Divider

ספרי תורה פארברענט ל”ע אין
דרום אפריקע שול פייער

פיר ספרי תורה זענען גענצליך פארברענט געווארן און איינס איז שטארק געשעדיגט געווארן ווען א שרעקליכער פייער האט דורכגעריסן דער מורשה שול אין קעיפטאון סאוט-אפריקע.

די פייערלעשער האבן העלדיש און פלינקט געארבעט אראפצוקלאפן די פלאמען, ווען אין די זעלבע צייט האבן זיי פרובירט צו ראטעווען ווי מער תשמישי קדושה, זייער הארעוואניע האט זיך טיילוואז אויסגעצאלט ווען עס איז זיי געלונגען צו ראטעווען אסאך ספרים, אבער זיי האבן נישט באוויזן אנצוקומען צום ארון הקודש באצייטנס, איידער עס איז ארויף אין פלאמען, און עס איז ליידער באשטעטיגט געווארן די ביטערע נייעס אז כמעט אלע ספרי תורה זענען פארברענט געווארן.
 

שווייצער שטאט שטימט איין צו צושטעלן וואך נעבן אידישע אינסטוטוציס

דער שווייצער שטאט באזל האט זיך פארפליכטעט צו נעמען אויף זיך די קאסטן פון זיכערהייטס וואך נעבן אידישע אינסטוטוציעס.

דער אונטערנעמונג וועט קאסטן פאר די שטאט אזויפיל ווי 746,000 שווייצער פראנק א יאר און עס וועט שטארק העלפן אידישע אינסטעטוציעס צו שניידן זייערע אייגענע אויסגאבן, לויט אפציעלע נומערן דארף די אידישע קהילה פון באזל אליין אויסגעבן א געשאצטע 460,000 פראנק א יאר פאר זיכערהייט, און דאס רעכנט נישט אריין צענדליגע אידישע אינסטוטוציס וואס זענען נישט אפיליאירט מיט דער לאקאלער אידישער געמיינדע.

לויט א סטעיטמענט פון דער באזל זיכערהייטס קאמיסיע דער באשלוס איז געקומען נאכדעם וואס פילע אינסטוטוציעס איבער די וועלט זענען געווארן א ציל פאר טעראריסטן אין די לעצטע פאר יאר.

מאן אומגעקומען נאכ’ן ווערן
אראפגעקלאפט פון באן אין ברוקלין

ברוקלין, א מאן איז פאטאל אראפגעקלאפט געוארן היינט צופרי דורך דער ”עף” באן לויט אפציעלע באריכטן. דער אינצידענט האט פאסירט קורצליך נאך 7 אזייגער אינדערפרי ביי דער איי עוועניו סטאנציע נעבן מיקדאנעלד עוועניא, דער מאן איז דערקלערט געווארן נישט ביים לעבן נאך אין די סטאנציע. דער עף באן רוט איז פארקירעוועט געווארן פאר עטליכע שטונדן, און געווען געהעריג צוריק אין דינסט 9:30 צפרי, אבער רייזענדע זענען אנגעזאגט געווארן אז זיי זאלן ערווארטן פארשפעטיגונגען, ביי עטליכע באן ליניעס.

 

צוויי ניו יארקער פארמעקן 1.5 מיליאן מעדיצינישע חובות פון פרעמעדע

אין גאר א נאבעלע אקט האבן צוויי ניו יארקער איינוואוינער אויפגעטריבן צוועלעף און א האלב טויזנט דאלער פאר דער טשאריטי ארגענעזאציע ”אר איי פי”, וואס האט דאן אפגעקויפט א פארטפאליא פון 1.5 מיליאן דאלאר ווערט פון מעדיקל בילס, פאר נישט מער ווי א האלבע פעני פאר יעדע דאלער, און דערנאך מוחל געווען די חובות פון יעדן איינעם.

די צוויי ניו יארקער האבן דאס באוויזן דורך ארומשיקן 1,300 בריוו, דורך וועלכע עס איז זיי געלונגען אפצומעקן די חובות פון 1,284 ניו יארקער וואס וואוינען אין 40 פון די סטעיט’ס 62 קאונטיס.

עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס די ארגענעזאציע ”אר איי פי” איז אין די נייעס, אין 2016 איז זיי געלונגען אפצווישן איבער 14 מיליאן דאלער אין מעדיצינישע חובות, ווען זיי האבן באקומען א 60,000 נדבה פון א גרויסע מידיע מאגנאט, דעמאלסט איז זיי געלונגען אפצווישן מעדיצינישע חובות פאר 9,000 מענטשן. אלעס צוזאמען איז שוין געלונגען זינט דאן פאר די ארגענעזאציע אפצומעקן א שטוינענדע 434 מיליאן דאלער ווערט פון מעדיצינישע בילס, פאר א סך הכל פון 250,000 מענטשן.









 

JP News
1471 55 St. Brooklyn NY 11219

info@jpnewsny.com
Want to changehow you receive these emails?

 

Twitter Facebook link

 


 


Follow us!