פיינע נייעס – דאנערשטאג תרומה, ב’ אדר תשע”ט


JPUpdates Logo


דאנערשטאג תרומה – ב’ אדר תשע״ט
February 7, 2019
JPUpdates Logo


Content Divider

ריס צווישן פראנקרייך און איטאליע ווערט ערנסטעראין די לעצטע וואכן האט פרעזידענט מאקראן פון פראנקרייך אויסגעטוישט עפנטליכע באליידיגונגען און שטעכערייען מיט די פאפוליסטישע פירערשאפט אין איטאליע, אבער היינט איז די ריס זיך דערקייקלט צו אן ערנסטערע שטאפל ווען פראנקרייך האט אהיימגערופן איר אמבאסאדער פון איטאליע פאר באראטונגען.

דאס קומט נאכדעם וואס דער דעפיוטי פרעמיער מיניסטער פון איטאליע לואידשי דע-מעיא האט זיך נעכטן געטראפן אין פאריז מיט פארשטייער פון די ״געלע וועסטלעך״ אנטי-רעגירונג פראטעסטירער, אין א פרואוו צו שיקן א שטעך צו פרעזידענט מאקראן און אייראפע.

דער איטאליענער פאפטליסטישע רעגירונג האט זיך אין די לעצטע יאר אוועקגעשטעלט אלס די ״אפאזיציע פון אייראפע״ און איז צוריסן מיט רוב אייראפעאישע לענדער. דער פראנצויזישער אויסערן מיניסטעריום האט באצייכנט דעם ריס אלס ״דאס ארגסטע זינט דעם צווייטן וועלט קריג״.

בריטישע פרעמיער מיניסטער אפעלירט צו אייראפע צו טוישן ברעקזיט אפמאךנאכ׳ן ליידן דורכפעלער אינעם פארליאמענט טוט די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע טערעזע מעי אפשטאטן א באזוך אין בריסל אין א פארזוך צו איבערצייגן אייראפעאישע פירער איר צו געבן נאך א שאנס אין אויסהאמערן א פרישן אפמאך צווישן אייראפע און בריטאניע איבער ברעקזיט, און פארמיידן א ״נאו דיל״ ברעקזיט וועלכע קען זיין קאטאסטראפאל.

דער אייראפעאישער קאמיסאר דשאן-קלאוד יונקער האט געזאגט אז אייראפע וועט נישט טוישן דעם אפמאך, אבער האט פארט געלאזט אפן א טיר פאר געשפרעכן איבער מינדערוויכטיגע פארציכטונגען וועלכע וועלן נישט לייזן די קעגנערשאפט אין בריטאניע. א זאך וואס לאזט איבער מעי אין א שווערע פארלעגנהייט.

מעי האט געזאגט אז זי נעמט אן די פארלאנגען פונעם פארליאמענט צו געבן פאר בריטאניע מער לעגאלע מאכט אין דעצידירן טוישונגען איבער גרעניץ זיכערהייט אין פאל טעכנאלאגישע לעזונגען ארבעטן זיך נישט אויס מיט׳ן איירישן גרעניץ.

יו-ען: קאשוגי מארד געווען געפלאנט און אויסגעפירט דורך סאודי רעזשיםא יו-ען פאנעל וועלכע האט אויסגעפארשט דעם מארד פונעם סאודיער דזשורנאליסט כאמאל קאשוגי אינעם סאודיער אמאסאדע אין איסטאנבול האט אפגעווארפן די סאודישע ארגומענט אז דער אפעראציע איז דורכגעפירט געווארן דורך סאודיער אגענטן אויף די אייגענע האנט, און אז די ציל איז געווען אים צו פארכאפן און אהיימברענגען.

דער הויפט אויספארשער האט געזאגט אז נאכ׳ן איבערגיין די באווייזן פון די טערקישע אויטאריטעטן איז ער געקומען צו א מסקנה אן קיין שום צווייפל אז דער מארד איז געקומען פון די העכסטע פענסטער און איז געווען קלאר געפלאנט פון פאראויס, און אויך באשולדיגט סאודי אראביע אין שטערן דעם אויספארשונג.

סאודי אראביע האט געזאגט אז די רעגירונג האט ארעסטירט 21 באאמטע איבער דעם מארד, און 11 פון זיי שטייען אויס א פראצעס איבער מארד קלאגעס, אריינגערעכנט 5 פאר וועמען די פראקורארן פארלאנגען טויט שטראף.

רוסלאנד שטעלט אוועק פארלאנגען צו צוריקגיין צום מיסיל טריטינאכדעם וואס דער סעקערטערי אוו סטעיט מייק פאמפעאו האט געמאלדן אז אמעריקע ציט זיך ארויס פונעם מיסיל טריטי וועלכע איז אונטערגעשריבן אין ליכט פונעם קאלטן קריג, וויבאלד רוסלאנד פארלעצט דעם טריט מיט׳ן פראדוצירן מיטל שטרעקיגע באליסטישע מיסילס און וואפן וועלכע זענען פארבאטן אונטער דעם טריטי.

דער רוסישער רעגירונג זאגט אבער אז זי פראדוצירט אירע מיסילס צוליב דעם וואס אמעריקע באדראעט אירע מיליטערישע מעגליכקייטן, און דעריבער האט זי ערשט פארלעצט דעם טריטי. א זאך וואס ברענגט קעגנזייטיגע באשולדיגונגען, וואס קען פירן צו א טויטליכע וואפן פארמעסט.

היינט האט דער רוסישער מיליטער איבערגעגעבן אירע פארלאנגען צום אמעריקאנער מיליטער אויב וויל מען זיך צוריקקערן צום טריטי, דאס נעמט אריין דאס אוועקנעמען מיליטערישע מיסיל שוץ סיסטעמען פון ראמעניע, און ענדיגן מיסיל דראון פראגראמען וועלכע איז לויט רוסלאנד א פארלעצונגע פונעם טריטי.

Content Divider
Content Divider

טראמפ אדמינסטאציע גרייט זיך פאר דעמאקראטישע אויספארשונגען נאכדעם וואס דער שאטדאון איז פאראיבער און מען שטייט נאך דעם ״סטעיט אוו די יוניאן״ האבן זיך די דעמאקראטן גענומען צו איינע פון זייערע מיסיעס פאר די קומענדיגע לעגיסלאטיווע סעסיע, נעמליך צו האמערן דעם טראמפ אדמיניסטראציע מיט אויספארשונגען, הויפטזעכליך וואס אנבאלאנגט די מעגליכע פארבינדונגען צווישן רוסלאנד און זיין קאמפיין.

דער נייער פארזיצער פונעם קאנגרעסיאנעלע יורידישע קאמיטע עדעם שיף האט געזאגט אז זיין קאמיטע וועט אויך אריינקוקן אין מעגליכע פינאנציעלע מיסברויכן און קעגנזייטיגע אינטערעסן פון טראמפ און זיין אדמיניסטראציע, א זאך וואס האט געברענגט א פלייץ פון טוויטער אטאקעס פונעם פרעזידענט קעגן שיף און די דעמאקראטן, זאגנדיג אז זיי זענען גענצליך אראפ פון די רעלסן.

אין די זעלבע צייט האט דער אמטירנדער אטוירני זשענעראל צוריקגעצויגן א פארשטענדעניש צו קומען פאר א פארהער פארנט פון די קאמיטע, נאכדעם וואס די דעמאקראטן האבן אנגעדייטעט אז זיי וועלן אים צווינגען צו שווערן איבער פריוואטע געשפרעכן מיט׳ן פרעזידענט און איבער ווי ווייט ער איז פארמישט אינעם רוסלאנד אויספארשונג, ער האט קלארגעשטעלט אז ער וועט בלויז קומען אויב קריגט ער נישט קיין סובפינע.

דעמאקראטישע פארטיי צוטיילט איבער גראנדיעזע ״נייע גרינע דיל״אין די לעצטע וואכן טוט די פרישע פראגרעסיווע קאנגרעספרוי פון קווינס אלעקסאנדריע קארטעז אויפטרייבן אסאך אוימערקזאמקייט מיט איר אקטיוויזם פאר פארשידענע פראגרעסיווע לעגיסלאטיווע אגענדעס וועלכע זענען פיל מער לינקס ווי איר פארטייאישע פירערשאפט. זי האט אויפגעטריבן שטיצע דארפאר פון גאר פראמינענטע דעמאקראטן, אריינגערעכנט אלע פאטענציעלע פרעזידעטליכע קאנדידאטן, און געניסט אויך פון א ווארימע אינדארסירונג פונעם געוועזענעם וויצע פרעזידעט אל גאור.

אבער נעכטן האט די ספיקער נענסי פעלאוסי צום ערשטן מאל עפנטליך געטריבן שפאס פון איר פלאן וועלכע זי רופט ״גרין ניו דיל״ וועלכע פראפראזירט דעם ניו דיל פון רוזעוועלט צו באקעמפן ארימקייט, אבער זוכט צו אדרעסירן דעם פראבלעם פון גלאבאלע קלימאט טויש דורך דראסטישע לעגיסלאטיווע שריט צו איינצוימען לופט פארפעסטיגונג און מיסט פארשווענדעניש.

פעלאוסי האט ביי א פרעסע קענפערענץ געזאגט אז די דעמאקראטישע פירעשאפט באטראכט פארשידענע פלענער פאר די לעגיסלאטיווע דעמאקראטישע אגענדע צום נייעם קאנגרעס, ווען זי איז געפרעגט געווארן איבער דעם גרין ניו דיל האט זי געזאגט ״דער נייע גרינער חלום, אדער וויאזוי אימער מען רופט דאס, קיינער ווייסט אפילו נישט וואס דאס איז, מיר וועלן דאס אויך באטראכטן״.

טראמפ אנאנסירט ראלי אין על פאסאו טעקסאסא טאג נאכ׳ן ״סטעיט אוו די יוניאן״ רעדע האט פרעזידענט טראמפ געמאלדן אז ער וועט אפהאלטן זיין ערשטע קאמפיין ראלי דאס יאר אין שטאט אל-פאסאו טעקסאס, דער ראלי וועט פארקומען קומענדיגע מאנטאג נאכט, פיר טאג פאר דעם פעברואר 15 דעדליין ווען די געשפרעכן צווישן דעמאקראטן און רעפובליקאנער איבער׳ן גרעניץ וואנט וועלן זיך שליסן.

דאס אפהאלטן דעם ראלי אין אל-פאסאו טראגט מיט זיך עטליכע סימבאלישע באדייטן, אל-פאסאו איז א גרעניץ שטאט וואס פלעגט זיין גאר שטארק געפלאגט מיט פארברעכנס, און דער פרעזידענט האט אין זיין סטעיט אוו די יוניאן עס גענוצט אלס ביישפיל פון א שטאט ווי א גרעניץ וואנט האט גענידערט פארברעכנס. און אזוי אויך איז עס דער שטאט וועלכע ווערט פארטרויטן אין קאנגרעס דורך בעטא א׳רארקע, א מעגליכע קעגנער פון פרעזידענט טראמפ אין 2020.

דעמאקראטן לייקענען דעם באהויפטונג פון טראמפ אז דער גרעניץ וואנט צווישן מעקסיקא און אל-פאסאו האט גענידערט פארברעכנס, און ברענגען סטאטיסטיקס וועלכע צייגן א מער קאמפליצירטע בילד, און אז אייגענטליך איז פארברעכנס שוין געווען היסטאריש נידריג פאר מען האט געבויט דעם וואנט אין 2008.

Content Divider

כלל ישראל רייסט איין לרפואתו פון סקולענער רבי שליט״א לרפוא״שאין סקולענער בית המדרש אין בארא פארק ווערט היינט אפגעראכטן א גרויסער עצרת תפלה וואו עס נעמען זיך צוזאם חסידיו ומעריציו פון איבער גאנץ ניו יארק צו איינרייסן בתפלות ותחנונים לקיים בנו חכמי ישראל אין ליכט פון דעם קריטישן צושטאנד אין וואס דער רבי שליט״א געפונט זיך די לעצטע וואך. די קינדער פונעם רבי׳ן שליט״א האבן ארויסגעגעבן א הארציגע רוף צו כלל ישראל צו מתפלל זיין און זיך אונטערנעמען גוטע קבלות לרפואתו השלמה.

אנטיסעמיטישע אינצידענטן אין בריטאניע ברעכן פרישע רעקארדלויט די אפיציעלע ציפערן פון א אידישע ארגאניזאציע וועלכע נאטירט די אנטיסעמיטישע אינצידענטן אין בריטאניע, איז די ציפער אין די פארלאפענע יאר געשטיגן צו 1,652 און צייכנט אפ א דראסטישע אויפשטייג צום דריטן יאר אין א ציה, דער ציפער איז מיט גאנצע 16% העכער ווי מיט א יאר פריער.

פארט אבער פארמאגט דער באריכט עטוואס גונסטיגע נייעס, נעמליך אז די צאל פיזישע אנגריפן און ווילדע אטאקעס איז באדייטנד געפאלן פון 149 אין 2017 צו 123 אין 2019. און רוב פון די אינצידענטן זענען געווען מונדליכע אטאקעס און שאנד אויסרופן.אין 500 פון די פעלער האבן די באטראפענע אנגעגעבן א פונקטליכע באשרייבונג פון די אטאקע, און אראפגעמאלן די אטאקירער, און צווישן די פעלער זענען 64% פון די אטאקעס געווען פון ווייסע אייראפעישע פארשוינען, און ארום 37% זענען געווען פון מינאריטעטן ווי שווארצע און אראבער.

Content Divider

בלומבערג קריטיקירט די-בלאזיא איבער עמעזאן אפמאךדער געוועזענער ניו יארקער מעיאר מייקל בלומבערג האט זיך געלאזט הערן מיט קריטיק קעגן זיין נאכפאלגער אינעם פאזיציע מעיאר די-בלאיזיא איבער דעם אפמאך וואס די סיטי האט געשלאסן מיט ״עמעזאן״ צו עפענען אירע הויפטקווארטירן אין קווינס, זאגנדיג אז עמעזאן וואלט סיי ווי געקומען קיין ניו יארק אן דעם וואס די סיטי זאל איר געבן די מאסיווע שטייער שניטן וועלכע וואלטן געקענט בענעפעטירן די ניו יארקער איינוואוינער.

די-בלאזיא איז אים נישט שולדיגט געבליבן זאגנדיג ״עס איז איראניש אז א ביליאנער וועלכע האט אליינס געקעמפט פאר מאסיווע שטייער שניטן פאר זיינע אייגענע ביזנעסער לאזט זיך הערן איבער דעם״ און אויך צוגעלייגט אז בלומבערג האט אויך געגעבן צענדליגע ביליאנען אין שטייער שניטן פאר פארשידענע קאמפאניס אז זיי זאלן קומען קיין ניו יארק.

דער עמעזאן אפמאך ווערט אויך שטארק קריטיקירט דורך לאקאלע פאליטיקאנטן פון קווינס, אריינגערעכנט דעם סטעיט סענאט מאיאריטעט פירער מייק גיאנאריס פון קווינס וועלכע האט נעכטן עפנטליך גערופן גאווערנער קאומא צו אנולירן דעם אפמאך, זאגנדיג אז דאס וועט ברענגען בלויז שאדן פאר לאקאלע איינוואוינער.

יוסטיץ דעפארטמענט עפנט אויספארשונג איבער ״מעטראפאליטען טורמע״ אין ברוקליןדער פעדעראלער יוסטיץ דעפארטמענט האט געמאלדן אז זיי עפענען אן אויספארשונג צו אריינקוקן אין די באשולדיגונגען איבער גאר שווערע און אונטערמענטשליכע אומשטענדן אינעם פעדעראלן מעטראפאליטן טורמע אין די סאנסעט פארק געגענט אין ברוקלין.

דאס קומט נאכדעם וואס די ארעסטאנטן זענען אויסגעשטאנען אומדערהערטע קעלט דורכאויס די לעצטע כוואליע פון שוידערליכע קעלט וועלכע האט געפלאגט ניו יארק, און די געביידע האט נישט געהאט קיין עלעקטעריציטעט, און די 1,600 ארעסטאנטן האבן נישט באקומען די מינימאלע באדינגונגען ווי הייס וואסער און הייצונג.

דאס האט געברענגט אויפמערקזאמקייט צו נאך פארלעצונגען פון מענטשן רעכט אין דעם טורמע, אריינגערעכנט דאס פארנאכלעסיגן די געזונט צושטאנד פון ארעסטאנטן, און היינט האט דער אינספעקטאר דזשענעראל געזאגט אז דער יוסטיץ דעפארטמענט עפנט אן אויספארשונג דערוועגן.

CADPLAN
architectural drafting and design service Call 929-276-5460              
______________________________________________________

New LLC, LLC Publishing, Corporations, Nonprofits, Other Business filings, 1 Hour Service, Low Pricing, Call Now 845-579-5939 Email admin@corpexinc.com
_______________________________________________________

The Catskill Guys
Serving you in the Catskills

– Snow plowing  –  Monitor your temperature – Wait for deliveries
– Open your doors – Check your job site – Messenger from city
– Pay your tax right before the deadline – Handyman work
– Arrange food for you for Shabbos – And much more!….
טעקסט /רופט אשר יונה שטיינמעץ
845-445-7473 catskillguys@gmail.com
Just give us a call and you can consider it done!
____________________________________________________

מיר ערלעדיגן קרעדיט קארדס און ביזנעס לאונס פון 25,000 $  ביז א מיליאן דאלאר
פאר %0 פראצענט אינטרעסט פון 12 ביז 21 חדשים / ווי אויך העלפן מיר בויען קרעדיט אין קרעדיט ריפעיר
רופט 718-619-8684 צופרידענהייט גאראנטירט
______________________________________________________

Boro Park Health Benefits company
Seeks Responsible, Full time
Bookkeeper & Office Assistant
Email Resume to Shmuel@unitedhealthadmin.com
_____________________________________________________

FREE, through insurance. Compact electric breast pumps.
LCD screen, battery operated,  as well as plug in option.
Very quiet and discreet for utmost privacy.
We call your DR for a prescription.  Ships free.
One call does it all. 718-831-7634.
Or text/email compactpumps@gmail.com
_____________________________________________________

Tech support for your office, 
IT guy is available to do all of your tech support needs.
Including: Buying and setting up new computers/other devices,
software, networking, troubleshooting, and guidance.
call or text 917-676-1860 or email backdeskny@gmail.com









JP News
1471 55 St. Brooklyn NY 11219

info@jpnewsny.com
Want to changehow you receive these emails?

Twitter Facebook link


 

Follow us!