פיינע נייעס – דינסטאג בא, ב’ שבט תשע”ט


 


JPUpdates Logo


דינסטאג וארא, ב’ שבט תשע״ט
January 8, 2019
JPUpdates Logo
 


טערקיי ברויזט איבער באמערקונגען פון באלטאן איבער סיריעדער טערקישער פרעזידענט ארדואן האט אין א רעדע שארף אראפגעריסן דעם נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער דשאן באלטאן איבער זיינע עפנטליכע סטעיטמענטס וואס ער האט געזאגט זייענדיג אויף א באזוך אין מדינת ישראל, באלטאן האט – צווישן אנדערע – געזאגט אז אמעריקע האט פארלאנגט פון טערקיי א פארשפרעכונג אז זי וועט נישט טשעפען די קורדישע קעמפער אלס א תנאי פאר א ריקצוג פון סיריע. ארדואן האט באצייכנט די קורדישע קעמפער אלס טעראריסטן און געזאגט אז ווי עס שיינט ווייסט נישט באלטאן פון וועמען עס האנדלט זיך, און האט באצייכנט זיינע קאמענטארן אלס א ביטערער טעות, און געזאגט אז ער וועט נישט אננעמען אזעלכע באדינגונגען.

 

טאליבאנער ציען זיך ארויס פון געשפרעכן מיט אמעריקעפארשטייער פון די אפגאניסטאנער טאליבאן האבן זיך געזאלט טרעפן מארגן מיט אמעריקאנער פארשטייער פאר געשפרעכן אין קאטאר, דאס וואלט געווען די פערטע רונדע פון געשפרעכן צווישן אמעריקע און טאליבאנער פארשטייער אין א פרואוו צו טרעפן א פאליטישע לעזונג צו ענדיגן דעם זיבעצן יעריגער קריג אין אפגאניסטאן. אבער היינט האבן פארשטייער פון די טאליבאנער געמאלדן אז זיי ענדיגן די געשפרעכן וויבאלד אמעריקע איז אנטשלאסן אז פארשטייער פון די אפגאנער רעגירונג זאלן זיך באטייליגן ביי די געשפרעכן, און די טאליבאנער ווילן אפהאלטן דירעקטע געשפרעכן בלויז מיט אמעריקע וויבאלד זיי באטראכטן די אפגאניסטאנער רעגירונג אלס אומלעגיטים.

 

בריטאניע הייבט אן צוגרייטונגען פאר ״נאו-דיל״ ברעקזיטאויטאריטעטן אין בריטאניע הייבן זיך אן צוגרייטן צום מעגליכקייט אז בריטאניע וועט זיך ארויסציען פונעם אייראפעישן פאראיין אן שליסן אן אפמאך איבער גרעניץ און האנדל, א זאך וואס קען זיין אן ערנסטע קאשמאר וויבאלד עס מיינט – צווישן אנדערע – פולשטענדיגע און שטרענגע גרעניצן צווישן בריטאניע און אייראפע, א זאך וואס קען ברענגען שווערע אנלייגעניש ביים דאווער פארט וועלכע פארבינדט ענגלאנד און פראנקרייך. נעכטן האבן די בריטישע גרעניץ אויטאריטעטן דורכגעפירט א ״דריל״ ביים קאנאל צו אנאליזירן איר גרייטקייט פאר א נאו-דיל ברעקזיט וועלכע הייבט אן אויסקוקן ווי א רעאליטעט נאכדעם וואס פרעמיער מיניסטארשע מעי פארמאגט נישט קיין שטיצע אינעם פארליאמענט פאר׳ן ברעקזיט דיל וואס זי האט אויסגעהאמערט מיט אייראפע.

 

היטרא לופטפעלד ווידעראמאל אפגעשפארט צוליב דראון שרעקדער צענטראלער לאנדאנער היטראו לופטפעלד – דער פארנומענסטער לופטפעלד אין אייראפע – איז היינט ווידעראמאל געקומען צו א גענצליכע אפשלוס נאכדעם וואס א דראון איז געפונען געווארן ארומפליען אין די שטח פונעם לופטפעלד. דאס האט געברענגט א זארג אז עס וועט זיך דארט איבערשפילן א ענליכער עפיזאד צו דאס וואס האט פאסירט מיט עטליכע וואכן צוריק אין לאנדאנ׳ס צווייט גרעסטע לופטפעלד די געטוויק עירפארט וועלכע איז געווען געשלאסן פאר באלד דריי טעג צוליב א דראון שרעק, אבער נאך ארום א שעה האט זיך דער לופטפעלד צוריק געעפנט און אלעס איז צוריק צום געווענליכן סדר.

כינע סיגנאליזירט אז זי זוכט צו ענדיגן
דעם האנדלס קריג
פאר עטליכע חדשים קומט פאר א פארמעסט צווישן אמעריקע און כינע ווער עס וועט זיך בייגן ערשט אינעם פארצויגענעם האנדלס קריג וועלכע ברענגט שווערע שאדנס פאר ביידע עקאנאמישע מאכטן, און לויט באריכטן און אנאליזן פון עקאנאמישע קוועלער קוקט אויס אז כינע איז גרייט צו נאכקומען א רייע אמעריקאנער פארלאנגען וואס זיי האבן ביז יעצט נישט געהאלטן ביים נאכגעבן, דאס קומט נאכדעם וואס בעידזשינג האט נעכטן געהעכערט די ראנג פון די פארשטייער ביי די עקאנאמישע געשפרעכן און דער וויצע פרעזידענט פון כינע איז געקומען פערזענליך צו די פארהאנדלונגען, און האט געזאגט אז כינע וועט ווידער אנהויבן אימפארטירן אמעריקאנער סוי בונדלעך און שניידן טאריפן אויף אמעריקאנער קארס, ער האט אויך געזאגט אז ער וועט אין גיכן געבן אן עפנטליכע סטעיטמענט איבער פארשריט אין די געשפרעכן.

 

דעמאקראטן ברויזן איבער טראמפ׳ס רעדע צום פאלקפרעזידענט טראמפ האט דערלקערט אז ער וועט היינט ביינאכט געבן א ״פריים טיים״ רעדע צום פאלק אום 9 אזייגער ביינאכט, דאס ווערט אנגערופן פריים טיים וויבאלד הונדערטער מיליאנען אמעריקאנער זענען אינדערהיים צוגעבינדן צום טעלעוויזיע און איז דעריבער א צייט ווען דער פרעזידענט קען דירעקט איבערגעבן זיין מעסעדזש צום פאלק. אזא סארט רעדע איז געווענליך בלויז אין פאל פון א נאציאנאלע געשעעניש אדער קריזיס, און דעמאקראטן באשולדיגן דעם פרעזידענט אין מיסברויכן זיין פרעזידענליכע מאכט מיט׳ן געבן א רעדע פאר פאליטישע צוועקן. דעמאקראטישע פירער האמערן די טעלעוויזיע נעצן אז זיי מוזן אויך באקומען א געלעגנהייט צו אפענטפערן דעם פרעזידענט אין די זעלבע צייט וואס זיי לופטערן זיין רעדע.

 

רוסישע לויערקע – פארמישט אינעם טראמפ קאמפיין – אנגעקלאגט איבער באזונדערע קעיסדי רוסישע לויערקע נאטאלי וועלעסינטסקייע, וועלכע איז געשטאנען אין צענטער פון די טראמפ קאמפיין אויספארשונג נאכדעם וואס זי האט זיך באטייליגט אין א זיצונג מיט פארשטייער פונעם קאמפיין איבער אנגעבליכע הילף פונעם קרעמעלין מיט׳ן טרעפן נעגאטיווע אינפארמאציע אויף הילערי קלינטאן, איז געווארן אנגעקלאגט נעכטן אין ניו יארק דורך פעדעראלע פראקערורן איבער א באזונדערע קעיס, זי ווערט באשולדיגט אין וואשן געלט פאר א רוסישע פירמע, און אין פאבריצירן פאלשע דאקומענטן פון די רוסישע רעגירונג וועלכע האבן ריינגעוואשן די אנגעקלאגטע. זי איז געווען פארמישט אין א מאסיווע שווינדל – ארקעסטרירט דורך די העכסטע שישקעס אינעם קרעמעלין – צו באראבעווען אויסלענדישע אינוועסטירער אין רוסלאנד, דער שווינדל איז אויפגעדעקט געווארן דורך סערגעי מאגניצקי, א רוסישער-אמעריקאנער אדוואקאט וועלכער איז אומגעברענגט געווארן דורך פוטין, און דער באקאנטער ״מאגניצקי געזעץ״ ווערט גערופן אויף זיין נאמען.

Content Divider

פרישע קאנגרעספרוי באשולדיגט אין אנטיסעמיטיזםדי נארוואס איינגעשוואוירענע קאנגרעספרוי ראשידע טלייעב פון מישיגען קומט אונטער שארפע קריטיק פון רעפובליקאנער און דעמאקראטן צוגלייך וועלכע באשולדיגן איר אין נוצן אנטיסעמיטישע רעטאריק אין א סטעיטמענט אין וועלכע זי האט קריטיקירט אן אומפארטייאישע געזעץ פאשלאג אינעם סענאט צו באקעמפן דעם ״באיקאט באוועגונג״ וועלכע צילט מדינת ישראל. טלייעב האט געשריבן צווישן אירע קריטיק אז די פיר אידישע סענאטארן וועלכע האבן פארגעשלאגן דעם ביל ״האבן פארגעסן וועלכע לאנד זיי רעפרעזענטירן״. דאס האט ארויסגערופן קריטיק און אויפברויז פון אידישע גרופעס וועלכע זאגן אז באשולדיגן אידן אין זיין אומגעטריי צו זייער לאנד שמעקט פון אנטיסעמיטיזם און הילכט אפ אור-אלטע אנטיסעמיטישע סארט רעטאריק.

 

אנטיסעמיטישע וואנדאליזאציע אויף דובלינער שולדער קליינער אידישע קהלה אין איירלאנד איז אויפגעשוידערט געווארן ווען דער צענטראלער שול אינעם איירלאנדישן הויפטשטאט דובלין איז געפונען געווארן אנגעפירקלט מיט האקנקרייצן. דער שול וואס רופט זיך ״היברו קאנגרעגעישאן״ איז דער עלטסטער און ערשטער שול וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אין לאנד, און עס איז שוין דאס צווייטע מאל וואס עס קומט אונטער אן אנטיסעמיטישע אטאקע, פאריגע מאל אין יאר 1966 ווען עס איז אונטערגעצינדען געווארן. איירלאנד פארמאגט א גרויסע צאל אנטיסעמיטישע אינצידענטן, און טראץ וואס די אידישע קהלה ציילט דארט אונטער צוויי טויזנט אידן איז באריכטעט געווארן 55 ערנסטע אנטיסעמיטישע אינצידענטן אין די לעצטע צען יאר.

 

פרישע ארכיוון דעקן אויף שוידערליכע דעטאלן איבער חורבן אייראפעפרישע ארכיוון און אינפארמאציע ווארפן א נייע ליכט אויף די נאצישע מארד מאשין, ספעציעל אויף דעם טרויעריג בארימטע ״אפעראציע ריינהארץ״ וועלכע ווערט באצייכנט איינס פון די טונקעלסטע קאפיטלן אין די בלוטיגע געשיכטע פונעם צווייטן וועלטס קריג. די פרישע קאקומענטן און אינפארמאציע דעקן אויף די שוידערליכע ציפערן אז אין א צייט פעריאדע פון ארום הונדערט טעג אין 1942 איז דער מארד מאשין פילפאכיג פארשנעלערט געווארן און איבער 1.47 מיליאן אידן, דאס באדייט אז די מארד מאשינען האבן אומגעברענגט איבער 15 טויזנט אידן יעדן איינציגן טאג.

מעיאר דיבלאזיא איבעראשט ניו יארקער מיט ״יוניווערסעל העלט קעיר״ פראגראםמעיאר ביל דיבלאזיא האט היינט אינדערפרי אנאנסירט א פרישע פלאן צו רעפארמירן העלט קעיר אין ניו יארק, און געמאלדן דאס שאפונג פון א הונדערט מיליאן דאלערדיגע פאנד צו פארזיכערן 600 טויזנט ניו יארקער וועלכע האבן נישט קיין העלט אינשורענס, אריינגערעכנט אומדאקומענטירטע אימיגראנטן. דער פלאן רעכנט אריין ארום 300 ניו יארקער וועלכע פארמאגן נישט קיין לעגאלע סטאטוס אין אמעריקע און זענען נישט בארעכטיגט צו קיין העלט קעיר אונטער די פעדעראלע סטאנדארטן, דיבלאזיא האט פארשפראכן אז דער פלאן וועט נישט פאדערן קיין שטייער העכערונגען, נאר וועט פינאנצירט ווערן דורך דעם עקזיסטירנדער פראגראם וועלכע צאלט אויס שפיטאל באזוכן פאר מענטשן וואס האבן נישט קיין העלט קעיר, אונטער דעם עקזיסטירנדער פראגראם טוען צענדליגע טויזנטער גיין אין שפיטאל אנשטאט באזוכן ביי א פריוואטן דאקטאר אדער א קליניק, דער מעיאר זאגט אז דער טויש אליין וועט שפארן הונדערטער מיליאנען פאר די סיטי.

 

געזונהייט באאמטע ווארענען: ארגסטע מיזעלס אויסברוך אין צענדליגע יארןדער ניו יארקער העלט דעפארטמענט האט נעכטן ארויסגעלייגט א פרישע ווארנונג איבער דעם אנגייענדן מיזעלס אויסברוך אין אידישע געגענטער אין ברוקלין, און עס באצייכנט אלס דער ארגסטער מיזעלס אויסברוך אין צענדליגע יארן, דערווייל זענען באריכטעט געווארן 32 פעלער אין בארא פארק און 21 פעלער אין וויליאמסבורג, מיינסטנס פון קינדער וועלכע זענען נישט וואקסינירט געווארן, אבער געזונהייט באאמטע ווארענען אז דאס שטעלט אין געפאר אויך אזעלכע וועלכע האבן באקומען וואקסינען. און האבן ווידער אפעלירט צו עלטערן צו וואקסינירן די קינדער זאגנדיג אז אלע קלאנגען ארום אנגעבליכע שעדליכקייט פון וואקסינען זענען אומבאגרינדעט און די געפאר פון א מיזעלס אויסברוך איז סכנת נפשות.

דארף איר אויפקומען מיט א גרויס סכום געלט און אקורצע צייט?
א פריוואטע לאוען קען זיין אייער ענטפער.
347-675-5184  mkorchaim2@gmail.com

___________________________________________________________________

מיר ערלעדיגן קרעדיט קארדס און ביזנעס לאונס פון 25,000 $  ביז א מיליאן דאלאר
פאר %0 פראצענט אינטרעסט פון 12 ביז 21 חדשים / ווי אויך העלפן מיר בויען קרעדיט אין קרעדיט ריפעיר
רופט 718-306-9314 צופרידענהייט גאראנטירט
___________________________________________________________________

קורסעס אויף QuickBooks און Bookkeeping
לערנט אייך אויס וויאזוי צו ניצן ריכטיג  QuickBooks.  און די יסודות פון Accounting. וויאזוי צו מסדר זיין ריכטיג אייער ביזנעס, מיר שטעלן אויך צו Full Service Bookkeeping פאר קליינע ביזנעס’ס.
 347-766-4125  Tech Skills
 









 

JP News
1471 55 St. Brooklyn NY 11219

info@jpnewsny.com
Want to changehow you receive these emails?

 

Twitter Facebook link

 


 


Follow us!