פיינע נייעס – דינסטאג ויקרא, ה’ אדר תשע”ט

 


JPUpdates Logo


דינסטאג ויקרא – ה’ אדר תשע״ט
March 12, 2019
JPUpdates Logo
 


אמעריקע ווארנט דייטשלאנד קעגן נוצן כינעזער טעלעקאמיוניקאציע טעכנאלאגיעדער אמעריקאנער רעגירונג האט שארף געווארנט דייטשלאנד אז זי וועט אויפהערן קריטיש וויכטיגע שפיאנאזש קאאפעראציע אויב זי נוצט א כינעזער פירמע צו איבערמאכן אירע קאמיוניקאציע נעצן, זאגנדיג אז דאס וועט ברענגען דערצו אז אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן וועלן נישט מיטטיילן קיין אינפארמאציע מיט זייערע דייטשע קאלעגעס אויסזארג אז די אינפארמאציע וועט אנקומען צו כינע.

דער ווארנונג איז איבערגעגעבן געווארן דורכ׳ן אמעריקאנער אמבאסאדער צו דייטשלאנד ריטשארד גרענעל אין ליכט פון פארהאנדלונגען וואס דיישטלאנד האלט אפ מיט׳ן כינעזער פירמע הואוואי צו אינסטאלירן א פרישע 5-דזשי קאמיוניקאציע אינפרוסטרוקטור אין לאנד, און ער ווארנט אז די פירמע וועלכע איז אונטער דירעקטע קאנטראל פון די כינעזעררעגירונג וועט אויסנוצן דעם קאנטראקט צו באקומען פערמענענטע צוטריט צו די דייטשע קאמיוניקאציע איינריכטונגען.

די פירמע הואוואי ווערט באשולדיגט דורך אמעריקע אין אריינלייגן ״באגס״ אין אירע טעכנאלאגיע וועלכע ערלויבן פאר די כינעזער רעגירונג צו שפיאנירן, און קאנגרעס האט באשטעטיגט א געזעץ וואס פארבאט אמעריקאנער רעגירונג אגענטורן צו טון ביזנעס מיט זיי, אבער די פירמע לייקנט דאס שארף און האט פאריגע וואך אריינגעגעבן א געריכטליכעאנקלאגע קעגן דעם געזעץ.

 

צוקונפט פון ברעקזיט וועט היינט באשטימט ווערן בריטישן פארליאמענטנעכטן שפעט ביינאכט האט די בריטישע פרעמיער טערעזע מעי פארענדיגט לעצט מינוטיג פארהאנדלונגען מיט פירער פונעם אייראפעאישן פאראיין אין א פארזוך צו אויסהאמערן אן אפמאך וועלכע זאל קריגן גענוג שטיצע אינעם פארליאמענט און פארמיידן די קאטעסטראפאלע מעגליכקייט פון פארלאזן דעם אייראפעאישן פאראיין אן קיין אפמאך.

דער הויפט פראבלעם יעצט איז די גרעניץ צווישן צפון און דרום איירלאנד, וויבאלד צפון איירלאנד איז אונטער דעם אייראפעאישן פאראיין און דרום איז אונטער בריטאניע, אבער ביידע זייטן זענען איינגעגאנגען אז מען קען נישט צוטיילן דאס לאנד מיט א פיזישע גרעניץ און די פראגע איז געווען אויב עס וועט זיך נויטיגן א גרעניץ וויאזוי דאס וועט געטון ווערן און ווער עס וועט האבן קאנטראל דערויף. אינעם פאריגן אפמאך האט אייראפע געהאט מער מאכט אין צוקונפטיגע באשלוסן.

ביי א פרעסע קאנפערענץ שפעט ביינאכט האט זי געזאגט אז זי האט באקומען לעגאלע פארזיכערונג פון איירעפעאישע פירער אז אויב וועט זיך נישט אויסארבעטן דער פארגעשלאגענער פלאן וועט אייראפע נישט ארויפצווינגען קיין גרעניץ אויף בריטאניע און ביידע לענדער וועלן דארפן איינשטימען אויף סיי וועלכע פלאן, עס איז אבער נישט קלאר אויב דאסאיז גענוג צו איבערצייגן סקעפטישע געזעצגעבער.

אויב געזעצגעבער וועלן אפשלאגן דעם אפמאך וועט אפגעהאלטן ווערן א פרישע רונדע פון אפשטימונגען אויב מען זאל ווייטער גיין מיט א נאו-דיל ברעקזיט ביים באשטימטן דאטום פון מערץ 29 אדער אפשטופן דעם דאטום פאר ברעקזיט און מעגליך אפילו פאררופן א פרישע רעפערענדום, מעי האט ביים פרעסע קאנפערענץ געזאגט אז אויב איר פלאן פאלטדורך וועט ברעקזיט מעגליך קיינמאל נישט פאסירן.
 

איירישע גרופע נעמט פאראנטווארטליכקייט פאר לאנדאנער טעראר פארזוכן – א גרופע וועלכע רופט זיך די איי-אר-עי האט גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר דריי באמבעס וועלכע זענען געפונען געווארן אין לאנדאנער לופטפעלדער און באן סטאנציע פאריגע וואך, ברענגענדיג עוועקיואציעס און פאניק. די גרופע זוכט דערמיט צו נאכגיין אין די פוסטריט פוןדי איי-אר-עי טעראר גרופע וועלכע איז געווען אקטיוו אין איירלאנד אין די ניינציגער יארן אבער איז אפיציעל מער נישט אקטיוו. די גרופע זוכט צו ברענגען זעלבסשטענדיגקייט פאר צפון איירלאנד פון בריטאניע און פאראייניגן איירלאנד אלס זעלבסשטענדיגע לאנד.

צענדליגע אייסיס קעמפער אומגעקומען אין באנגוז – קורדישע קעמפער וועלכע באקעמפן די רעשטלעך אייסיס מיליטאנטן וועלכע זענען קאנצעטרירט אין א ענגן שטח אין די שטאט באנגוז אין סיריע זאגן אז דורכאויס די שלאכטן איבערנאכט זענען אומגעקומען אמווייניגסטנס 40 אייסיס קעמפער. די שלאכטן זענען גאר קאמפליצירט וויבאלד לויט דישאצונגען געפונען זיך אין דעם שטח ארום 500 אייסיס מיליטאנטן וועלכע באהאלטן זיך אויס צווישן עטליכע טויזנט ציווילע. די קעמפער האבן זיך פארבונקערט אינעם שטח און אנגעזייט פיל מיט לאנד מינעס, און גלייכצייטיג נוצן זיי ציווילע אלס מענטשליכע פאנצערס וואס פארשווערט זייער שטארק פאר די אפעראציעס.

פילע לענדער פארבאטן באנוץ פון באואינג-737 מעקס – ענגלאנד, אויסטראליע, האבן זיך אנגעשלאסן אין כינע און סינגאפאר און נאך לענדער וועלכע האבן פארארדנט פאר לופטליניעס און אוויאציע אגענטורן צו אויפהערן זיך באנוצן מיט די באואניג 737 מעקס, דער סארט וואס האט געקראכט אין עטיאפיע דעם זונטאג, אין ליכט פון פארדאכטן אז דער קראך -דער צווייטער אין א האלב יאר פון אזא סארט פליגער – איז פארבינדען צו זיכערהייטס פראבלעמען מיט׳ן סיסטעם פונעם פליגער. גלייכצייטיג האט דער אמעריקאנער אוויאציע זיכערהייט אגענטור געזאגט אז זי איז איבערצייגט אז דער פליגער איז פארזיכערט און אירע פארשער געפונען זיך אין עטיאפיע צו דערגיין די אורזאך פונעם קראך.

אמעריקע רופט אהיים ווענעזועלער דעלעגאציע – נאכדעם וואס ווענעזועלע געפונט זיך איינגעהילט פאר באלד א וואך אין פינסטערניש און אין פאליטישע כאאס האט דער אמעריקאנער סעקערטערי אוו סטעיט מייק פאמפעאו נעכטן פארארדנט די שטאב אינעם אמעריקאנער אמבאסאדע צו פארלאזן דאס לאנד אויס זארג אז דער מצב גייט ארויס פון קאנטראלאון זייער זיכערהייט איז איינגעשטעלט. לויט באריכטן האט דער קורצשלוס שוין געקאסט צענדליגע פאטאליטעטן אין שפיטעלער וואו עס איז נישטא קיין עלעקטעריציטעט, און האט אויך געברענגט א שווערע וואסער מאנגל אין פילע שטעט אין ווענעזועלע.

Content Divider

פעלאוסי: עס איז נישט ווערד צו אימפיטשן טראמפאין די צייט וואס מען גרייט זיך אין איינע פון די טעג אויף דעם ענדגילטיגן באריכט פון דעם ספעציעלן אויספארשער ראבערט מולער האט די ספיקערין נענסי פעלאוסי האט נעכטן קלארגעשטעלט אז דעמאקראטן וועלן נישט רופן פאר אימפיטשמענט אויב דער באריכט צייגט נישט אויף קיין קלארע און ערנסטע פארברעכנס דורך פרעזידענט טראמפ.

זי האט דערמיט אפגעווארפן די רופן אינערהאלב דעם דעמאקראטישן פארטיי צו עפענען אן אימפיטשמענט פראצעדור זאגנדיג אז דאס וועט ברענגען צושפליטערונג און שאדן פאר ביידע פארטייען ״עס איז א ווייטאגליכע פראצעדור, און מען קען דאס נאר טון מיט שטיצע פון ביידע פארטייען״ און דאן צוגעלייגט אז טראמפ איז ״דאס נישט ווערד״ און טראץוואס ער איז נישט פאסיג צו זיין פרעזידענט איז נישטא קיין לעגאלע גרונד פאר אימפיטשמענט.

ענליכע באמערקונגען האט אויך געמאכט דער ניו יארקער קאנגרעסמאן דשערי נאדלער וואס שטייט אין שפיץ פונעם יורידישן קאמיטע וועלכער האט געזאגט אז דעמאקראטן וועלן שטיצן אימפיטשמענט נאר אויב דאס ווערט געטון אויף אן אומפארטייאישן וועג. פעלאוסי האט אויך אנגעדייטעט אז א דורכגעפאלענע פארזוך פון אימפיטשמענט וועט בלויזהעלפן דעם פרעזידענט אין 2020 און שעדיגן דעמאקראטן צווישן זעלבסשטענדיגע ווייילער.
 

טראמפ בודזשעט זוכט צו שניידן ביליאנען אין ספענדינגדאס ווייסע הויז האט נעכטן פארעפנטליכט דעם דריטן בודזשעט פארשלאג אונטער פרעזידענט טראמפ פאר׳ן פינאנציעלן יאר 2020, און טראץ וואס דער בודזשעט פאר מיליטערישע אויסגאבן איז עטוואס געהעכערט טוט דער בודזשעט עלימינירן הונדערטער פראגראמען וואס דאס ווייסע הויז האלט אלס איבעריג, דער ווייסע הויז בודזשעט דירעקטאר האטגעזאגט ״פונקט וואו אין יעדע הויז געזונט, ווען די איינקונפטן זענען נישט גענוג דארף מען שניידן, וואשינגטאן איז נישט אנדערש״.

דער בודזשעט קומט אין א צייט ווען דער פעדעראלער בודזשעט שטייט אויס א מאסיווע דעפעציט און דער נאצינאלער חוב שטייט היסטאריש הויעך. דער נאציאנאלער חוב איז איבערגאנגען דעם אסטראנאמישן סומע פון 22 טריליאן דאלער דעם חודש צום ערשטן מאל, און דער פעדעראלער דעפעציט איז געשטיגן מיט גאנצע 77 פראצענט אין די ערשטע פירחדשים פון דאס יאר. און איז געשאצט צו אנקומען צו גאנצע 900 ביליאן דאלער איבער׳ן יאר, דאס איז כמעט א גאנצע טריליאן דאלער, פיל מער פון די 779 ביליאן פון א יאר פריער.

לויט עקספערטן איז ארום 40 פראצענט פונעם דעפעציט צוגעשריבן צום מאסיוון שטייער שניט פון ארום אנדערהאלבן טריליאן דאלער וואס די רעפובליקאנער האבן אריבערגעפירט פאריגע יאר, און אויסער דעם האט דער פאראיעריגער בודזשעט געהעכערט פעדעראלע ספענדונג מיט איבער 300 ביליאן דאלער, וואס רעכנט אריין די וואוקס פון פראגראמען וויסאשעל סעקיוריטי און מעדקעיר.דער בודזשעט רופט פאר א פינף פראצענטיגע שניט אין אלע פעדעראלע פראגראמען אויסער דעם מיליטער, עס רופט אויך פאר מער שניטן אין אבאמא קעיר, און 845 ביליאן דאלער שניט פון מעדיקעיר, און שטעלט א אריין א פארלאנג אז מען זאל דארפן פארמאגן א דזשאב אויף צו באקומען מעדיקעיד. און אזוי אויך שניטן צום פודסטעמפס פראגראם. אבערווי באריכטעט נעכטן איז דער בודזשעט בלויז דער אנהויב פון פארצויגענע דיסקוסיעס און געפעכטן מיט קאנגרעס וועלכע קען שטיין אין צענטער פונעם 2020 פרעזידענטליכן קאמפיין.
 

געוועזענער וויצע פרעזידענט טשעיני קריטיקירט טראמפ׳ס אויסערן פאליסידער געוועזענער וויצע פרעזידענט דיק טשעיני האט זיך באטייליגט מיט וויצע פרעזידענט פענס אין א קאנפערענץ אונטער פארמאכטע טירן און האט עפנטליך אראפגעריסן פענס איבער די אדמיניסטראציע׳ס אויסערן פאליסי, דער קאנפערענץ פאר רעפובליקאנער ביישטייערער און געזעצגעבער איז א וויכטיגע טרעף פונקט פאר איינפלוסרייכע רעפובליקאנער,און טשעיני האט אפגעהאלטן א פאנעל אינאיינעם מיט פענס אויפ׳ן פאדיום.

טשעיני האט קריטיקירט פענס איבער טראמפ׳ס אויסערן פאליסי האנדלונג אין א רייע הינזיכטן, אנגעהויבן מיט׳ן אראפרייסן דאס ״פירן די וועלט דורך טוויטער״ דורכ׳ן פרעזידענט, און איבער דעם וואס ער דערווייטערט זיך פון נאט״א, און איבער דעם וואס דער פרעזידענט פארלאזט זיך נישט אויף די אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן און ראטגעבער בייםמאכן וויכטיגע באשלוסן.

טשעיני האט אויסגעפירט אז טראמפ׳ס אויסערן פאליסי קוקט אויס ענדליך צו די אויסערן פאליסי פון די אבאמא אדמיניסטראציע און נישט וואס ער וואלט ערווארטעט פון א רעפובליקאנער אדמיניסטראציע. אויף וואס פענס האט אים אפגעענטפערט אז עס איז נישט ריכטיג, די קריטיק פון טשעיני קומט נאכדעם וואס ער האט זיך כמעט נישט געלאזט הערן איןדי לעצטע צוויי יאר איבער די טראמפ אדמיניסטראציע.

 

בעטא א׳רארק באזוכט אייאווע און ערווארטעט צו אנאנסירן קאנדידאטור – דער פעלד פון דעמאקראטישע קאנדידאטן האלט זיך אין איין פארגרעסערן, און ווי עס שיינט וועט דער טעקסאס קאנגרעסמאן בעטא א׳רארק אריינשפרונגען אינעם פארמעסט, א זאך וואס מען ערווארטעט שוין עטליכע וואכן. א׳רארק קומט היינט אן פאר א באזוך אין אייאווע, א זאךוואס טוט אנדייטן אז ער האלט ביים אריינטאנצן אינעם פארמעסט.

טראמפ האט געבעטן קעלי: ווער פטור פון מיינע קינדער – א נייע בוך – באזירט אויף קוועלער אינעם ווייסן הויז – זאגט אז דער פרעזידענט האט געהאט געבעטן פונעם שטאב הויפט דזשאן קעלי צו אפזאגן זיין טאכטער איוואנקע און איידעם דשערעד קושנער זאגנדיג אז זיי זענען אומערפארן און ברענגען אים נעגאטיווע דעקונג אין די פרעסע מיט זייערעשריט. לויט דעם ביכל זענען געווען ערנסטע פלענער זיי צו פארשיקן און ביי א געוויסן פונקט האבן טראמפ און קעלי איינגעשטימט זיי ״צו שווער מאכן דאס לעבן״ ביז זיי רעזיגנירן.

טראמפ שטיצט פלאן צו ענדיגן דאס רוקן דעם זייגער – פרעזידענט טראמפ האט אויסגעדריקט שטיצע צו א פלאן פון צוויי פלארידע סענאטארן צו ענדיגן דאס רוקן דעם זייגער אהין און צוריק, און אנשטאט דעם לאזן פערמענאנט דעם דעילייט סעווינג טיים זומער זייגער. דאס איז דאס ערשטע מאל וואס א פרעזידענט שטיצט אזא פלאן. דאס רוקן דעם זייגעראיז איינגעפירט געווארן אין די יארן פונעם ערשטן וועלטס קריג, און פילע זאגן אז היינט שאפט דאס בלויז קאפ ווייטאג און צומישעניש.

טראמפ: דעמאקראטן האסן אידןאין א פארמאכטע זיצונג מיט רעפובליקאנער ביישטייערער האט טראמפ אראפגעריסן די דעמאקראטישע פארטיי און ספעציעל קאנגרעספרוי אמאר, און צווישן אנדערע געזאגט אז דער ״דעמאקראטישע פארטיי האסט אידן״. א זאך וואס האט אויסגערופן אויפברויז צווישן דעמאקראטן, ספעציעלע צווישן אידישע פיגורן אין די דעמאקראטישע פארטיי, אשטייגער ווי דער ניו יארקער סענאטאר טשאק שומער וועלכער האט אין א סטעיטמענט אראפגעריסן דעם פרעזידענט און אנגעוויזן זיין שוואכע פארדאמונג אויף נעא-נאצישע מארשירער אין שארלאטסוויל, און באשולדיגט דעם פרעזידענט אין אויסנוצן דעם פראבלעם פון אנטסעמיטיזם פאר פערזענליכע פאליטישע אינטערעסן.

ניו יארק אטוירני דזשענעראל עפנט פרישע אויספארשונג איבער טראמפ ביזנעסדי ניו יארקע אטוירני דזשענעראל האט געעפנט א פרישע אויספארשונג איבער מעגליכע באנק שווינדלערייען פון די טראמפ ארגאניזאציע וואס איז באזירט אין ניו יארק. דער אויספארשונג איז באזירט אויף די עדות׳שאפט פון טראמפ׳ס לאנגיעריגער אדוואקאט מייקל קאהן וועלכער האט געזאגט פאר קאנגרעס אז די טראמפ ביזנעס פלעגט פעלשעווען פאפירןצו באקומען הלוואות פון די באנק. דער אטוירני דזשענעראל אפיס האט געשיקט בריוו צו די דוישטע באנק צו איבערגעבן פאפירן וועלכע זענען פארבינדן צו די מארגעדש וואס זי האט געגעבן פאר׳ן טראמפ האטעל אין וואשינגטאן און אין מיאמי, און אויך צום אינוועסטארס באנק איבער פאפירן וועלכע אנבאלאנגט א טראמפ פראיעקט אין מאנהעטען. דיאטוירני דזשענעראל האט דערווייל נישט עפנטליך קאמענטירט איבער דעם אויספארשונג, אבער קוועלער אין די אטוירני דזשענעראל׳ס אפיס האבן באשטעטיגט די באריכטן, און באהויפטעט אז עס איז נישט קיין קרימינאלע אויספארשונג נאר א ציווילע אויספארשונג.
 

אטאקע אויף אידיש ווייבל אין קראון הייטס שטרייכט אונטער כוואליע פון אטאקעסאיינוואוינער אין קראון הייטס זענען באזארגט איבער די דראסטישע אויפשטייג פון אטאקעס אין די לעצטערע חדשים, וועלכע האט נעכטן געגרייכט א פרישע סכנה׳דיגע שטאפל ווען א כוליגאן האט אטאקירט א אידישע ווייבל וועלכע האט שפאצירט מיט איר קינדער וועגעלע, און דער פארשוין האט געשטויסן דעם וועגל מיט די קינדער אינעווייניג צו דישרעק פונעם הילפסלאזן מוטער. דער אינצידענט איז אפגעכאפט געווארן אויף ווידעאו און רופט ארויס אויפברויז, לאקאלע עסקנים זאגן אז זי זיכערהייט צושטאנד אין די געגענט איז שטארק פארארגערט געווארן, און פארלאנגען פון אויטאריטעטן בעסערע פארזיכערונג.


New LLC, LLC Publishing, Corporations, Nonprofits, Other Business filings, 1 Hour Service,
Low Pricing, Call Now 845-579-5939 Email admin@corpexinc.com
_________________________________________________________

Tech support for your office, 
IT guy is available to do all of your tech support needs.
Including: Buying and setting up new computers/other devices,
software, networking, troubleshooting, and guidance.
call or text 917-676-1860 or email backdeskny@gmail.com
__________________________________________________________


We specialize in warehouse sales and leasing in Northern New Jersey 
Call 973-320-7000 or email info@keycrealty.com 
__________________________________________________________

Community Leasing – Satisfaction guaranteed”
Call 845-352-2255 email address info@communityleasing.net 
_________________________________________________________


ATTENTION CONTRACTORS!!!
We will get your customers deposits
ON Time so you don’t have to POSTPONE the job EZ BOOKKEEPING 845-459-3923 ezbookpro@gmail.com
_________________________________________________________

Commercial Kitchen Wanted – Heimishe catering is looking to rent a full commercial kitchen in BP / Flatbush area call: 347-675-7462
_________________________________________________________

Your best real estate broker in Israel, property investments,
sales and rentals, etc. call 347-377-0440
if no answer please leave a message.
 ____________________________________________________
 
                                    
Tax Return Prepared
 Receive more than $14,000 in income tax refund.
More than 25 years experience. Authorized e-file provider. Individual Corporations, Partnerships 
Call: 347-446-7745
______________________________________________________

מיר ערלעדיגן קרעדיט קארדס און ביזנעס לאונס פון 25,000 $  ביז א מיליאן דאלאר
פאר %0 פראצענט אינטרעסט פון 12 ביז 21 חדשים / ווי אויך העלפן מיר בויען קרעדיט אין קרעדיט ריפעיר
רופט 718-619-8684 צופרידענהייט גאראנטירט

Tablecloths for rent, upscale tablecloths for rent, huge selection, friendly service, prices start at $15 and up Mon – Thurs 10 am – 5 pm call 845-425-7226
___________________________________________________

For Sale: A brand new 15 passenger van – Ford Transit 2017 – power doors – 46,000 miles- best condition – $33,000 call / text 845-242-0852
____________________________________________________

זייט מקיים מצות “שילוח הקן”. סגולה לפרנסה, שידוכים, ולבנים, ולקנות בית חדש, רפואות ועוד, 
רופט 917-923-0995
____________________________________________________

Fly last minute –  LONDON -direct $599.00 (min 2 night stay over
Call 210-962-5551
______________________________________________________

Materna for only $26.99 we have full stock of all 3 stages soy available 
Please call / text 917-.658-2910
_____________________________________________________

אידיש  ארטסקרול
1 וואך בליץ סעיל ש”ס ארטסקרול 73 כרכים גדול 1750$ (רעג. 2500$) קטן 1499$ (רעג. 2100$)
פאר הספרים:  718-387-2650
_____________________________________________________

6 Hour class- (Defensive Driving Course). Save 10% on your car insurance automatically. Mention this ad and get $10 off. Email your license to Sixhrclass@gmail.com. or text 646-832-2209
______________________________________________________

אברהם יהושע שפיצער One Man Band פאר אלע אייערע שמחות
Please call: 718 594 3070 בעסטע פרייזען
____________________________________________________

הערליכע שפילער פאר אלא אייער שמחות. חיים פרידמאן 718-213-1554

שערי עבודה
Are you a young adult with special needs looking for a career
 Contact us for job opportunities for men & women
 We also do mailings for weddings and organizations Call 917 592 8223









 

JP News
1471 55 St. Brooklyn NY 11219

info@jpnewsny.com
Want to changehow you receive these emails?

 

Twitter Facebook link

 


 


Follow us!