פיינע נייעס – מאנטאג בא, א’ שבט תשע”ט

באלטאן: דער סיריע ריקצוג קען נעמען חדשים אדער יארן – מעגליכע פשרה איבער גרעניץ וואנט
קאומאו ווענד זיך צו טעסלא עקזעקעטיוו צו מאדערנעזירן ניו יארקער באן סיגנאלן

 
JPUpdates Logo
מאנטאג וארא, א’ שבט תשע״ט
January 7, 2019
JPUpdates Logo
 

אמעריקאנער אייסיס קעמפער ארעסטירט אין סיריעצוויי אמעריקאנער בירגער זענען געכאפט און ארעסטירט געווארן דורך אמעריקאנער-געשטיצטע סירישע רעבעלן נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז זיי האבן געפלאנט א מאסיווע טעראר אטאקע אויף ציווילע. זיי האבן אים אינדעטיפיצירט אלס קריסטאפער ווארען קלארק פון יוסטען טעקסאס, אבער זיין פאמיליע לייקנט אז ער איז געווען רעקרוטירט דורך אייסיס, און זאגן אז ער איז דארטן אלס לערער פון ענגליש פאר סירישע קינדער, און אויך די פענטאגאן האט זיך דערווייל אפגעהאלטן פון רעאגירן אויף דעם באריכט.  די ״סירישע דעמאקראטישע קרעפטן״ האבן איבער 700 אויסלענדישע אייסיס קעמפער אין געפענגעניש, און אויך אינעם יעצטיגן אפעראציע האבן זיי ארעסטירט א צאל אויסלענדישע קעמפער, אריינגערעכנט פון איירלאנד און פון די קאריביער אינזלן.
 

באלטאן: דער סיריע ריקצוג קען נעמען חדשים אדער יארןשטייענדיג בלויז עטליכע וואכן נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט דראמאטישע דערקלערט אז ער וועט אהיימברענגען די אמעריקאנער טרופן פון סיריע ביז דרייסיג טאג, האט דער נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער דשאן באלטאן געזאגט אז דער געפלאנטער ריקצוג קען זיך מעגליך פארציען אויף נאך חדשים אדער גאר יארן. ער האט געמאכט די באמערקונגען ביי א באזך אין מדינת ישראל וואו ער האט אדרעסירט די זארג וואס דער ריקצוג מאכט פאר די ארטיגע מיליטער, ספעציעל נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געזאגט אז ״איראן קען טון וואס זיי ווילן אין סיריע״. באלטאן האט אויך געזאגט אז אמעריקע פארלאנגט פארזיכערונג פון טערקיי אז זיי וועלן נישט אטאקירן די קורדן נאכ׳ן אמעריקאנער ריקצוג. זיין באזוך איז געקומען אין בעפארברייטונג צו א באזוך פון סעקערטערי אף סטעיט פאמפעאו וואס לאזט זיך מארגן ארויס צום ראיאן.

 

זיבן אומגעקומען אין מאסיווע שניי גליטש אין אלפען בערגא מאסיווער פראסט און שטארקע שנייען אין די אלפן בערג, האבן געברענגט א העכערע ריזיקע פון אוואלאנטשן, און דערווייל זענען באריכטעט געווארן דריי באזונדערע אינצידענטן אין בלויז צוויי טעג וועלכע האבן איבערגעלאזט זיבן סקיער׳ס טויט, איין פאל האט פאסירט אין די איטאליענער זייט וועלכע האט איבערגעלאזט צוויי טויטע, און נאך א פאל אין די אויסטרייכישע טיראל בערג וואס האט איבערגעלאזט דריי דייטשע סקיערס טויט, און נאך צוויי פעלער אין די באוואריער אלפען בערג. לויט׳ן באריכט איז געפאלן א רעקארד הייעך פון שניי, און פילע בערג שפיצן זענען אפגעשפארט פאר סקי צוליב א געפאר פון שניי גליטשן.

 

יו-עס-עס קאול טעראריסט אומגעברענגט אין לופט אטאקעדער אמעריקאנער מיליטער האט באשטעטיגט אז אין א לעצטערע לופט אטאקע קעגן אל-קאידע טעראריסטן אין תימן האבן זיי באוויזן צו אומברענגען דעם לאנג-געזוכטער ארכי-טעראריסט עלי על-באדאווי, וועלכער האט פארפיגט אויף די אטאקע אין יאר 2000 קעגן דעם אמעריקאנער יו-עס-עס קאול שיף וועלכע האט געאנקערט אין תימן, אן אטאקע וועלכע האט איבערגעלאזט טויט זיבעצן אמעריקאנער מארינען. אל-באדאווי איז אנגעקלאגט געווארן אין 2003 אויף 50 טעראר קלאגעס און עס איז ארויפגעלייגט געווארן א פרייז אויף זיין קאפ, דעם פרייטאג האט פרעזידענט טראמפ אנאסירט זיין טויט, און הערשט נעכטן האבן פענטאגאן באאמטע דאס ענדגילטיג באשטעטיגט.

זיצונג צווישן אמעריקאנער און צפון קארעאר פארשטייער צו דיסוקטירן נאך א סאמיטעס איז היינט צום ערשטן מאל אויפגעדעקט געווארן אז דער געפלאנטער סאמיט צווישן פרעזידענט טראמפ און קים יאנג-אן האלט שוין אייגנעטליך אין די טיפע פלאנירונג פאזעס, און דורכאויס די לעצטערע וואכן האבן עטליכע באאמטע אינעם אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט זיך געטראפן פאר א רייע באגעגענישן מיט זייערע קאנטער-קאלעגעס אינעם צפון קארעא רעזשים צו קאארידינירן די דעטאלן פון אזא סאמיט. די באגעגענישן קומען פאר אין וויעטנאם, אינעם הויפטשטאט הענוי וועלכע איז איינע פון די פארגעשלאגענע פלעצער פאר׳ן קומענדיגן סאמיט. דער אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט נישט אפיציעל באשטעטיגט דעם באריכט, אבער דאס שטימט מיט וואס פרעזידעט טראמפ האט געזאגט דעם זונטאג פאר רעפארטער אז עס קומען פאר געשפרעכן איבער א לאקאל פאר׳ן קומענדיגן סאמיט.

 

טראמפ סיגאנליזירט מעגליכע פשרה איבער גרעניץ וואנטגעזעצגעבער קערן זיך היינט צוריק צום ערשטן פולע וואך פון לעגיסלאטיווע סעסיעס אין א צייט ווען איבער 800 טויזנט רעגירונג ארבייטער האבן נישט באקומען באצאלט פאר דעם חודש, און דערווייל זעט נישט אויס אז דער שאטדאון קומט צו אן ענדע, נאכדעם וואס ביידע זייטן זענען פארפאנצטערט אין זייער פאזיציע נישט צו נאכגעבן איבער׳ן גרעניץ וואנט. נעכטן האט פרעזידענט טראמפ געשריבן אז וויצע פרעזידענט מייק פענס האט זיך געטראפן מיט דעמאקראטן צו אויסארבעטען א מעגליכע פשרה אין וועלכע זיי וועלן פינאנצירן אן אייזערנעם צוים אנשטאט א וואנט, און דער פרעזידענט האט געזאגט אז ער וואלט געווען צופרידן פון אזא פשרה, אבער דערווייל זאגן די דעמאקראטן זאגן אז דאס ליגט נישט אויפ׳ן טיש.

 

טראמפ ווארנט מיט נאציאנאלע עמערזשענסי
דעקלעראציע איבער׳ן גרעניץ וואנט
אין א שריט צו לייגן דרוק אויף דעמאקראטן האט פרעזידענט טראמפ נעכטן געזאגט אז ער קלערט פון אויסנוצן זיין פרעזידענליכע מאכט פון דערקלערן א נאציאנאלע עמערדשענסי און אזוי ארום פינאנצירן דעם וואנט פונעם מיליטערישן בודשעט. אזא שריט קען אויך שאפן א שטארקע קאנטראווערסיע און געזען ווערן ווי א מיסברויך פון פרעזידענטליכע מאכט פאר פאליטישע צוועקן. דער פרעזידענט האט געמאלדן אז ער וועט האלטן א ספעציעלע רעדע היינט אוונט צו רעדן איבער גרעניץ זיכערהייט, און גלייכצייטיג אראפפארן צום דרום גרעניץ פאר א באזוך צו אונטערשטרייכן דעם אנגעבליכן קריזיס וואס הערשט דארט.

 

טויזנטער קענען פארלירן פוד-סטעמפס צוליב רעגירונג שאטדאוןרעגירונג באאמטע האבן געמאלדן אז צווישן די אנדערע נאכווייען פונעם אנגיידענן שאט-דאון קענען מיליאנען ארימע פאמיליעס אין אמעריקע שווערע עפעקטירט ווערן וויבאלד די געלט פאר׳ן פעדעראלער ״סנעפ פראגראם״ אויך באקאנט אלס פוד-סטעמפס לויפן אויס, און דער אגריקולטור דעפארטמענט – וועלכע פארפיגט אויף דעם פראגראם – איז צווישן די אכט רעגירונג אגענטורן וועלכע זענען אצינד אפגעשלאסן. די געלטער זענען ערווארטעט צו אויסלויפן ביים ענדע פון דעם חודש, און אויב וועט די רעגירונג זיך נישט עפענען ביז דעמאלטס זענען הונדערטער טויזנטער פאמיליעס וועלכע זענען אנגעוויזן אויפ׳ן פראגראם אין א סכנה פון הונגער.

שול אין מישיגן וואנדאלאזירט צום צווייטן מאל

א שול אין בעטל-קריק מישיגען וועלכע איז שוין וואנדיליזירט געווארן ווייניגער ווי צוויי חדשים צוריק איז ווידעראמאל וואנדאליזירט געווארן דעם זונטאג

א וואנדאל האט ארויפגעפירקלט מיט פארב עפעס א מאדנע סימבאל און צוגעשריבן דערנעבן דער ווארט ”ליגנער” אויף א צעמענטענער מנורה אויסשניצונג אויף דער דרויסנדיגער וואנט פארנט פון דער שול

עס איז שוין דער צווייטער מאל וואס די מנורה אויסשניצונג ווערט וואנדאליזירט, בלויז דעם פארגאנגענעם נאוועמבער 23 האט עמיצער געשעדיגט דער מנורה מיט א האמער און אנדערע שווערע געצייג.
 

געריכט פארהער פאר אידישע מוזעאום אטאקירער היינט פארגעקומען

היינט איז פארגעקומען א געריכטליכער פארהער אין פראנקרייך פאר א אייסיס טעראריסט וועלכע האט אומגעברענגט פיר מענטשן עטליכע יאר צוריק ביי א שיסעריי אטאקע ביי א אידישע מוזעאום אין בריסל בעלגיע.

דער טערארירסט מעכדי נעמוש וועלכע האט אדורוכגעפירט די אטאקע נאכ’ן זיך צוריקערן פןן סיריע ווי ער האט געקעמפט פאר דער אייסיס טעראר גרופע שטייט אויס לעבנסלענגליכע טורמע אויב ווערט ער געפונען שולדיג, דער פראצעס איז ערווארטעט צו נעמען א שטיק צייט צוליב דעם וואס איבער הונדערט עדות זענען ערווארטעט אויפצוטרעטן.

פייערלעשער אומגעקומען נאכן פאלן פון בריקא פייערלעשער אין ברוקלין איז אומגעקומען נאכ’ן פאלן איבער פופציג פיס ביים העלפן פארוואונדעטע פון א עקסידענט.
פייערלעשער האבן געארבעט צו פארלעשן א קאר פייער און עוואקואירן פארוואונדעטע אויף דעם בעלט פארקוועי ביי דער מיל בעסין אווערפעס ווען א פייערלעשער וועלכע איז געשטאנען ביים עק פון דער בריק האט פארלוירן זיין באלאנס און געפאלן איבער פופציג פיס צו דער ערד, דער פייערלעשער איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל וואו ער איז קורצליך דערנאך אומגעקמען פון די וואונדן.

 

סאליווען קאונטי באאמטע שטאלצירן מיט סוקסעס צו באקעמפן וועלפעיר שווינדלערייעןסאליווען קאונטי באאמטע בארימען זיך אז פארגאנגענעם יאר האבן זיי געהאט שטארקע סוקסעסן אין באקעמפן וועלפעיל שווינדלערייען, אין א סטעיטמענט האבן סאליווען קאונטי באאמטע געמאלדן אז דורוכאויס פארלאפענעם יאר האט דער קאונטי’ס וועלפעיר שווינדל טעסק פארס אדורוכגעפירט איבער הונדערט ארעסטן אויף מענטשן וואס האבן אויסגעשפילט דעם סיסטעים ראטעווענ’דיג דערמיט הונדערטער טויזענטער דאלארן פון פארלאזן דער רעגירונג’ס קאסע.
דיסטריקט אטורני דזשעימס פעראו האט געזאגט אז אין די צייט וואס די קאונטי שטייט גרייט ארויסצוהעלפן מענטשן אין נויט, וועט די קאונטי זיך נישט לאזן פון מענטשן וואס געבן אריין פאלשע אפלעקאציעס, קאונטי שעריף מייקל שיף האט צוגעלייגט אז ווער אימער עס וועט אויסנוצן דעם סיסטעם וועט געהאלטן ווערן פאראנטפארטליך.

 

קאומאו ווענד זיך צו טעסלא עקזעקעטיוו צו מאדערנעזירן ניו יארקער באן סיגנאלןניו יארק סטעיט גאווערנאר ענדרו קאומאו האט זיך געוואנדן צום טעסלא הויפט עקזעקעטיוו אילאן מאסק צו העלפן אויפקומען מיט א וועג צו מאדערנעזירן דעם יעצטיגן פרימיטיוון ניו יארקער סאבוועי סיגנאל סיסטעים וועלכע ברענגט אן שווערע פראבלעמען.

קאומאו האט זיך אויסגעדרוקט אז אין דער היינטיגער סאפיטיקירטער עפאכע וועט מען רעדט פון פליענדע קארס איז זיכער פארהאן א בעסערע טעכנאלאגיע פאר דער שטאטישער באן סיסטעם.

אין 2017 האט מאסק אויפגעלעבט ניו יארקער ביים מעלדן אז אז זיין טונעל פירמע גערופן באארינג האט באקומען די ערשטע שטאפל באשטעטיגונג צו בויען א הייפערלופ באן סיסטעם צווישן ניו יארק און וואשינגטאן די סי אין וועלכע איין רייזע וועט נעמען בלויז ניין און צוואנציג מינוט.

 

שטאטישע באאמטע מעלדן פראגראם פון ביליגע טראנזיט רייזעסאין א פאראייניגטע אויפטריט צווישן מעיאר דעבלאזיא מיט קאונסיל ספיקער דזשאנסאן האט ביידע געמאלדן אז א לאנג ערווארטעטער פראגראם פון ביליגע רייזעס אויף דעם ניו יארקער טראנזיט סיסטעם וועט זיין גיליטיג פאר מענטשן וועלכע זענען פוד סטעמפ געניסער אדער באקומען קעש הילף פון דער סטעיט רעגירונ ,  זיי האבן אויך געמאלדן אז די סיטי וויל אויסברייטערן דעם פראגראם אז עס זאל ארייננעמען וואס מער ניו יארקער אריינגערעכנט די וואס באקומען פארשידענע סארט פעדעראלע הילף, אבער דאס וועט ערשט פאסירן דעם קומענדיגן אפריל, פאר מער אינפארמאציע קען מען רופן דעם 311 שטאטישער האטליין.

דארף איר אויפקומען מיט א גרויס סכום געלט און אקורצע צייט?
א פריוואטע לאוען קען זיין אייער ענטפער.
347-675-5184  mkorchaim2@gmail.com

___________________________________________________________________

מיר ערלעדיגן קרעדיט קארדס און ביזנעס לאונס פון 25,000 $  ביז א מיליאן דאלאר
פאר %0 פראצענט אינטרעסט פון 12 ביז 21 חדשים / ווי אויך העלפן מיר בויען קרעדיט אין קרעדיט ריפעיר
רופט 718-306-9314 צופרידענהייט גאראנטירט
___________________________________________________________________

קורסעס אויף QuickBooks און Bookkeeping
לערנט אייך אויס וויאזוי צו ניצן ריכטיג  QuickBooks.  און די יסודות פון Accounting. וויאזוי צו מסדר זיין ריכטיג אייער ביזנעס, מיר שטעלן אויך צו Full Service Bookkeeping פאר קליינע ביזנעס’ס.
 347-766-4125  Tech Skills
 
 
JP News
1471 55 St. Brooklyn NY 11219
info@jpnewsny.com
Want to changehow you receive these emails?
 
Twitter Facebook link
 
 
Follow us!