פיינע נייעס – מאנטאג מקץ, כ”ה כסלו תשע”ט


 


JPUpdates Logo


מאנטאג מקץ, א’ דחנוכה תשע״ט
December 3, 2018
JPUpdates Logo
 


שטורמישע פראטעסטן אין פראנקרייך
גייען ארויס פון קאנטראל

דער פראנצויזישער פרעזידענט האט אפגעהאלטן א עמערדזשענסי זיכערהייטס זיצונג נאכפאלגענדיג א טאג פון פרישע ווילדע ראיאטן.  די היציגע אזויגערופענע ”יעלאו דזשעקעט” אנטי רעגירונג פראטעסטן, האלטן שוין אן צוויי וואכן, די פראטעסטן וועלכע האבן זיך אנגעהויבן איבער די הויכע גאזאלין שטייער, זענען פארוואנדלט געווארן אין אלגעמיינע פראטעסטן אנטקעגן די הויכע לעבנס קאסטן אין פראנקרייך. אין קעגנזאץ פון פריערדיגע באריכטן האט א פראנצויזישע מיניסטער קלארגעשטעלט אז כאטש די רעגירונג שליסט נישט אויס קיין שום מעגליכקייט האט מען דערווייל נישט אויסגעשמועסט דער מעגליכקייט פון א ”סטעיט אוו עמערדזשענסי” ביי דער זיצונג.
 

אוקראינער פרעזידענט ווארנט
איבער א רוסישע אינוואזיע

דער אוקראינער מיליטער האט גענומען דעם שריט פון פאררופן א נאציאנאלע רעקרוט פאר אלע רעזערוויסטן, א צייכן אז דער קריזיס צווישן רוסלאנד און אוקראינער איז ווייט פון געלעזט ווערן, און אז דער אוקראינער מיליטער גרייט זיך צו רעאגירן מיליטעריש צו די רוסישע אגרעסיווע שריט אינעם שווארצן ים. דער אוקראינער פרעזידענט האט געמאלדן דעם רעקרוט פארלאנג זאגנדיג אז מען דארף זיין גרייט אויף א רוסישע איוואזיע, זאגנדיג אז דאס פארכאפן די מיליטערישע שיפן איז בלויז א פראבע פון רוסלאנד וואס צילט צו גענצליך אייננעמען אוקראינע. אזוי אויך האט אוקראינער ארויפגעלייגט א גענצליכע פארבאט פאר קריגס-פעאיגע רוסן (זכרים פון 16 ביז 60 יאר אלט) צו אריינקומען אין לאנד, אויס זארג אז זיי דינען אלס רוסישע אגענטן. דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט אין אן עפנטליכע רעדע געטריבן שפאס פון די אוקראינער רעאקציע זאגנדיג אז זיי ליידן פון פאראנויע, און האט אויך געטריבן שפאס פון די אמעריקאנער קריגס שיפן וואס רוסלאנד האט קאנפיסקירט.

 

קאטאר ציט זיך ארויס פון אפעק אויל אליאנץ

אין א שריט וואס קען נאכמער אראפברענגען אויל פרייזן איבער די וועלט האט דער אויל רייכע לאנד קאטאר, זיך ארויסגעצויגן פון דער אפע״ק אליאנץ, א ארגאניזאציע וואס פאראייניגט 14 אויל רייכע לענדער מיטן ציל זיכער צו מאכן אז אויל פרייזן זענען סטאביל און פאלן נישט צו שטארק. דער קליינער אויל רייכע לאנד האט היינט געמאלדן אז זיי ציען זיך ארויס פון דער סאודיער אנגעפירטער אופעק, אלס א רעאקציע צו דער סאדיער באיקאט אויף זייער לאנד. דער פלוצלינגע דעקלעראציע מאכט קאטאר אלס דער ערשטער מיטל-מזרח לאנד זיך ארויסצוציען פון אפעק זינט איר גרינדונג אין 1960, עפעס וואס מישט ווידעראמאל אריין פאליטיק אין א ארגענעזאציע וואס פרובירט גאר שטארק צו זיין אומפארטייאיש.
 

בריטישער שפיאנאזש שעף אין
זעלטענע רעדע קעגן רוסלאנד

אלעקס יאנג, דער הויפט פון די בריטישע עם-16 וועלכע איז דער בריטישער ווערסיע פונעם אמעריקאנער סי-איי-עי האט געהאלטן א גאר זעלטענע רעדע אין וועלכע ער האט געווארנט איבער די געפאר וואס רוסלאנד שטעלט פאר די סטאביליטעט פונעם מערב וועלט. ער האט געווארנט אז רוסלאנד איז ״ארויס פון די גלייזן״ ווען עס קומט צו איר אגרעסיווע סייבער מלחמה וואס זי פירט קעגן די מערב וועלט, און דאס שטעלט זיך נישט אפ ביי סייבער, נאר אויך מיט אירע אטענטאטן און כעמישע אטאקעס וואס זי פרובירט צו דורכפירן קעגן פיינט פונעם פוטין רעזשים, ״דאס אלעס שטעלט א געפאר פאר א ריכטיגע קריג״ האט ער געזאגט. ער האט פארשפראכן אז ״רוסלאנד וועט צאלן א פרייז״ פאר אירע אגרעסיעס און געענדיגט דעם זעלטענעם רעדע מיט א רוף צו יונגע בריטישע בירגער זיך צו אנשליסן אינעם שפיאנאזש דינסט. דער רעדע איז גאר זעלטן וויבאלד נארמאלערהייט איז דער הויפט פון די עם-16 נישט קיין עפנטליכער פיגור, און זיין נאמען איז קוים באקאנט אין די עפנטליכקייט.

Content Divider

דזשארדזש בוש אמעריקע’ס
41’סטער פרעזידענט, געשטארבן

דעם שבת איז דער 41’סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, דזשאדזש הערבערט וואקער בוש, געשטארבן אין עלטער פון 94 יאר, נאכן ליידן פון פארשידענע קרענק אין די לעצטערע חדשים. ער איז באוויינט געווארן דורוך פילע וועלט פירער, אין אמעריקע האט פרעזידענט טראמפ דערקלערט דעם מיטוואך אלץ א נאציאנאלע טרויער-טאג און האט פארארדענט צו נידערן אלע פענער אין לאנד.

בוש האט אנגעהויבן זיין פאליטישע קאריערע אין 1964 ווען ער ערוועלט געווארן אלס א קאנגרעסמאן פון טעקסאס, אין 1971 איז ער געשטעלט געווארן אלס אמעריקאנער אמבאסאדער צו די יו-ען דורך פרעזידענט ניקסאן, אין 1973 איז ער געשטעלט געווארן אלס סי איי עי דירעקטאר, דערנאך האט ער געדינט אלס וויצע פרעזידענט אונטער רעיגען, ביז צום קלימאקס פון זיין קאריערע ווען ער האט געווינען דעם פרעזידענטשאפט אין 1988.

בוש דער ערשטער, וועלכער האט געדינט בלויז איין טערמין פון 1989 ביז 1993, האט איבערגעלאזט א שטארקן רושם אויף אמעריקאנער פאליטיק, און איז געווען דער לעצטער פרעזידענט וואס האט נאך געדינט אין דעם אמעריקאנער מיליטער ביים צווייטן וועלט קריג אלס א פילאט.

ער באקומט קרעדיט אלס דער וואס האט געברענגט אן ענדע צום קאלטן קריג, געפירט דעם סוקסעספולן גאלף קריג, און ווערט שטארק אויסגעלויבט געווארן אלץ שטאטסמאן פאר די רואיגע איבערגאנג צווישן זיין אדמיניסטראציע מיט דער קלינטאן אדמיניסטראציע, אנהאלטנדיג א פערזענליכע נאנטשאפט מיט דער קומענדיגער פרעזידענט ביל קלינטאן.

 

צייטווייליגער האנדלס אפמאך
צווישן אמעריקע און כינע

א צייטווייליגע אפמאך איז דערגרייכט געווארן צווישן אמעריקע און כינע ביי דעם דזשי-20 סאמיט אין ארגענטינע, פרעזידענט טראמפ האט איינגעשטימט נישט צו הייבן קיין גרעניץ שטייער אויף כינעזער פראדוקטן פאר די קומענדיגע 90 טעג. דער אפמאך וועט ניקסן פרישע טאריפס וואס האט געדארפט געהויבן ווערן פון 10 פראצענט צו 25 פראצענט, דעם קומענדיגן יאנואר דעם ערשטן.  

אינעם אפמאך האט כינע זיך פארפליכטעט צו קויפן מער אמעריקאנער פראדוקטן, דער אפמאך האט אבער נישט קלארגעשטעלט וועלכע אמעריקאנע פראדוקטן, און אין א זייטיגער דערגרייכונג פאר דער טראמפ אדמיניסטראציע, האט כינע מסכים געווען די דערקלערן ”פענעטיל דער שעדליכער כעמיקאל מיט וועלכן מען פאבריצירט אפיאיד מעדיצינען, אלס א קאנטראלירטער סובסטאנץ, א דעקלעראציע וואס וועט האפנטליך אפשוואכן דעם אפיאד עפידעמיע וואס פלאגט אמעריקע.

Content Divider

       בני בינה ימי שמונה – בגימטריא = כולל חצות

די מצוה פון נר חנוכה איז משתחשך. די הייליגע לעכט און נעכט פון חנוכה – וואס ווייזן אויף די אור התורה – שיינען אריין א געוואלדיגע אור אין די פינסטערניש פונעם נאכט – די טונקעלע גלות. “כולל חצות” שפיגלט אפ דעם חנוכה מיט די שענסטע פארבן א גאנץ יאר. די תורה פון די געהויבענע לומדי הכולל שיינט אריין אינעם בריאה. די גאנצע וועלט האט בזכותם א קיום

קבעו שיר ורננים – אין רנה אלא תפילה
ס’ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש די געוואלדיגע כח וואס ס’האבן די וואס זענען עוסק בתורה בלילות אין די בחינה פון “צדיק גוזר והקדוש ברוך הוא מקיים”. צוליב דעם שטעלט “כולל חצות” פאָר א מבצע-חנוכה פון “אכט טעג” תפילות אין “אכט” באזונדערע מקומות, וואו די כולל אינגעלייט וועלן אויסבעטן רפואות און ישועות פאר די אלע חשוב’ע תומכים וואס נעמען א טייל אין שטיצן די גרויסע תורה אימפעריע – כולל חצות העולמי.

CLICK HERE

Content Divider

יהדות מעלבארן אויסטראליע ערוועלט פרישער רב

מיט געזאנגען און טענץ האט דער ארטאדאקסישער קהילה אין מעלבארן עדת ישראל קהילה געפייערט דאס אויפנעמען א נייעם רב, הרב ר’ שלמה כהן שליט״א, דער דיין פון קרית מאטעסדארף אין ירושלים און ראש הכוללים פון ערלוי און שבט הלוי, ער וועט איבערנעמען דאס פלאץ פון דער געוועזענער מרא דאתרא הרב אברהם צבי בעק זצ”ל, וועלכער איז נפטר געווארן א האלבע יאר צוריק, און זינט דאן האט די קהילה נישט געהאט קיין רב. נעכטן זונטאג האט דער קהילה אפגעהאלטן וואלן, ביי וועלכן רוב קהילה האט געשטימט פאר הרב ר’ שלמה כהן צו איבערנעמען די לייצעס פון ק”ק עדת ישראל.
 

קאנאדע: אויפשטייג פון 60% אין
אנטיסעמיטישע פארברעכנס

אין די לעצטע יאר האט מען געזען אין קאנאדע אן אויפשטייג פון 60% אין אנטיסעמיטישע פארברעכנס, און דערמיט זענען אידן געווארן די מינאריטעט וועלכע איז דאס מערסטע אויסגעשטעלט צו האסן פארברעכנס שוין צום צווייטן יאר אין א רייע. דער סטאטיסיקס ביורא פון קאנאדע זאגט אז די צאל אנטי-סעמיטישע פארברעכנס וואס זענען געמאלדן געווארן פאר פאליציי איז געשטיגן צו 370 אין לויף פון 2017, דאס איז א דראסטישע העכערונג פון די 220 וועלכע זענען געמאלדן געווארן אין 2016. אלס אינאיינעם זענען האסן פארברעכנס געשטיגן מיט 47% אין קאנאדע אין לויף פון די לעצטע יאר. א ווארטזאגער פאר א אידישע ארגאניזאציע האט אונטערגעשטראכן אז די סטאטיסטיקס צייגן אז יעדע 24 שעה קומט פאר אין קאנאדע אן אנטיסעמיטישע אינצידענט.
 

פאפולארער אונגארישער מאגאזין
צילט אידישער פירער

א ביזנעס אויסגאבע אפיליאירט מיט דעם עקסטרעם-רעכטער אונגערישער פרעזידענט וויקטאר אורבען האט ארויפגעלייגט אויף איר דעקל א אנטיסעמיטישער קאריקאטור, א בילד פונעם פרעזידענט פון דער אידישער פעדעראציע ארומגענומען מיט געלט וואס פאלט פון אלע זייטן.

דער מאגאזין באשולדיגט אנדעאס הייזלער  דער פירער פון דער אידישער פעדעראציע פון אונגערישע אידישע געמיינדעס, גערופן אין קורצן ”מאזיהיס” אין מיסברויכן רעגירונג געלט וואס די אונגערישע רעגירונג האט באשטעטיגט פאר דער רענאוואציע פון א אידישער שול אין בודאפעסט.

אדישע ארגענעזאציעס איבער די וועלט, האבן שארף פארדאמט דער ביליגער אטאקע, אנווייזנדיג אז דער מאגאזין ברענגט נישט קיין שום באווייז צו זייער באשולדיגונג, און אז דער בילד פון א איד ארומגענומען מיט געלט, קוקט אויס ווי אמאליגע אנטיסעמיטישע קאריקאטארן.

הויפט פון ״דיזעסטער מענעדזשמענט״ אפגעזאגט צוליב שוואכע האנדלונג פון שניי שטורעם

זשאוסעף עספאסיטא, וועלכע איז געשטאנען אין שפיץ פון די ספעציעלע ״דיזעסטער מענעזשעמענט״ – וועלכע קאארדינירט די אפעראציעס פון די פארשידענע סיטי אגענטורן אין צייט פון אן אויסערארדענטליכע געשעעניש – איז אויפגעזאגט געווארן פון איר אמט אין ליכט פון די שלימז׳דיגע האנדלונג פון די סיטי אין דעם שניי שטורעם דעם פארלאפענעם נאוועמבער 15 וועלכע האט פארלאזירט דעם סיטי און געלאזט צענדליגע טויזנטער ניו יארקער געשטראנדעט אין טרעפיק. דער סיטי קאנסיל ספיקער קארי זשאנסאן האט קריטיקירט דעם באשלוס און געזאגט אז דער מעיאר איז פאראנטווארטליך פאר דעם דורכפאל און ער זאגט זיך אפ פון נעמען אחריות און ווארפט עס אן אויף נידריגערע באאמטע.

 

פאליציי זוכט אפ פארלוירענעם רינגל
אין טיים סקווער אפלויף

עס מאכט זיך אסאך מאל וואס עס פאלט אריין א ווערטפולער ארטיקל צווישן די גראטעס פון די וואסער אפלויף אדער סאבוועי, געווענטליך איז מען זיך מייאש און מען גייט ווייטער, אבער א פארפאלק וואס דאס ווייב האט פארלוירן איר רינגל אינעם אפלויף אין טיימס סקווער האבן געהאט א בעסערע מזל. א קליפ האט געוויזן ווי די פרוי לאזט בטעות אראפ דאס רינגל אינעם אפלויף באלד נאכדעם וואס דער מאן שענקט איר דאס אויף א צערמאניאלע וועג, דאס קליפ איז ארומגעפארן איבער סאציאלע מידיע און באנוצער האבן געטריבן געלעכטער פון דעם שלימזל׳דיגע פארפאלק, אבער די ניו יארקער פאליציי דעפארטמענט האט אונטערגענומען א מיסיע זיי צו העלפן און האבן אראפגעשיקט א שטאב פון פאליציי וועלכע האט באוויזן צו אויפשרויפן דעם אפלויף און ארויסבאקומען דעם ווערטפולן רינגל, אין א מעלדונג פון די פאליציי האבן זיי געמאלדן אז זיי האבן דאס אפגעשיקט פאר דאס פארפאלק וועלכע זענען טוריסן וואס האבן באזוכט פון ענגלאנד.









 

JP News
1471 55 St. Brooklyn NY 11219

info@jpnewsny.com
Want to changehow you receive these emails?

 

Twitter Facebook link

 


 


Follow us!