פיינע נייעס – מיטוואך בא, ג’ שבט תשע”ט


 


JPUpdates Logo


מיטוואך בא, ג’ שבט תשע״ט
January 9, 2019
JPUpdates Logo
 


אייראפע לייגט ארויף איראנער רעגירונג אגענטור אויף טעראר ליסטעדער אייראפעאישער פאראיין האט נעכטן אפיציעל ארויפגעלייגט אויף איר ליסטע פון טעראר ארגאניזאציעס איינע פון די אפטיילונגען אין דער איראנער שפיאנאזש דינסט, נאכדעם וואס זיי זענען געווען פארמישט אין עטליכע אטענטאט פארזוכן אויף אייראפעאישע באדן, טייל געלונגענע און טייל אומגעלונגענע, צוויי דורכגעפאלענע זענען לעצטנס באריכטעט געווארן אין דענמארק און אין פראנקרייך און האבן געצילט איראנער דיסידענטן וועלכע פירן א קאמפיין קעגן דעם רעזשים פון אויסלאנד. איראן האט אויך עלימינירט צוויי אנטי-רעזשים אקטיוויסטן אין האלאנד אין 2017. דאס ארויפלייגן דער אגענטור אויף די ליסטע מיינט אז זייערע פינאנציעלע פארמעגס ווערן איינגעפרוירן, און מיטגלידער אין דעם אגענטור קענען נישט אריינקומען קיין אייראפע.

 

בריטישע פארליאמענט עפנט טיר פאר פרישע רעפערענדום איבער ברעקזיטאין די בריטישע פארליאמענט איז היינט אפגעהאלטן געווארן א ״פראגעס צום פרעמיער מיניסטער״ סעסיע, אין וועלכע פארליאמענטארן האבן געקענט צימבלען די פרעמיער מיניסטארשער טערעזע מעי איבער אירע ברעקזיט פלענער. אין צענטער פון די דעבאטע איז געשטאנען די פראגע וואס מען טוט אויב פארליאמענט ווארפט אפ דעם אפמאך וועלכע מעי האט געגרייכט מיט׳ן אייראפעאישן פאראיין, וואס קוקט אויס וועט פאסירן קומענדיגע וואך ווען עס קומט ארויף צו אן אפשטימונג. ביים ענדע פונעם סעסיע האבן דער ספיקער באשטעטיגט א פרעצעדענטלאזע אמענדמענט וועלכע פאדערט פון די רעגירונג אז אויב דער אפמאך פאלט דורך דארפן זיי צוריקקומען צו פארליאמענט וועלכע וועט באשליסן וויאזוי צו גיין ווייטער, און איינע פון די אפציעס וועט זיין צו פאררופן א פרישע רעפערענדום איבער ברעקזיט, אדער א נאו-דיל ברעקזיט.

 

מדינת ישראל מיניסטער ארעסטירט פאר׳ן שפיאנירן פאר איראןא געוועזענער מיניסטער אין מדינת ישראל רונן שגב איז היינט פאראורטיילט געווארן אין א געריכט אין מדינת ישראל צו 11 יאר טורמע נאכדעם וואס ער האט מודה געווען אין שפיאנירן פאר איראן, שגב האט געדינט אלס ענערגיע מיניסטער מיט צענדליגע יארן צוריק, און ער האט פארקויפט פאר איראנער אגענטן אינפארמאציע איבער מדינת ישראל׳ס ענערגיע סיסטעמען. שגב האט זיך שוין עטליכע מאל פארפלאנטערט מיט׳ן געזעץ זייט ער האט פארלאזט זיין פאזיציע אינעם רעגירונג און איז שוין אויך געזיצן אין טורמע פאר דראג שווערצעריי און אנדערע פארברעכנס. שגב האט געמאכט קאנטאקט מיט איראנער אגענטן אין די צייט וואס ער האט געוואוינט אין ניידזשעריע אין אפריקע וואו ער האט געדינט אלס א דאקטאר.

 

געשפרעכן צווישן כינע און אמעריקע געשלאסן, דעטאלן דערווייל נישט פארעפנטליכטהיינט האבן פארשטייער פון אמעריקע און כינע געענדיג א דריי טאגיגע סאמיט אין וועלכע עס איז פארהאנדלט געווארן עקאנאמשיע מיינונגס פארשידענהייטן צווישן די צוויי גרויסמאכטן, און מען איז געקומען צו פארשטענדעניש איבער די קעגנזייטיגע טאריוון וואס ביידע לענדער האבן ארויפגעלייגט אויף אימפארטירטע פראדוקטן איינער פונעם צווייטן. ביידע זייטן האבן געזאגט אז די געשפרעכן זענען געווען פראדוקטיוו אבער האבן דערווייל נישט געזאגט וואס עס איז אויסגעארבעט געווארן, פרעזידענט טראמפ האט אויך אויסגעלויבט די פארשריט אבער נישט אנגעגעבן קיין ספעציפישע דעטאלן וואספארא אפמאך איז אויסגעהאמערט געווארן. טראצדעם האבן די מארקעטס אויפגענומען די נייעס פאזיטיוו און סטאקמארקעטס אין אמעריקע און אין אזיע האבן געזען שיינע פארדינסטן.

טראמפ אין ספעציעלע ״אוועל אפיס אדרעס״ איבער גרעניץ וואנטאין א פרואוו צו פארשטערקערן די דרוק אויף דעמאקראטן צו באשטעטיגן פינאנצירונג פאר׳ן גרעניץ וואנט האט פרעזידענט טראמפ נעכטן פאררופן אן אויסנאמליכע רעדע אינעם אוועל אפיס – א שריט וואס פרעזידענטן נעמען געווענליך נאר אין פאל פון אן ערנסטע נאציאנאלע געשעעניש – און האט געגעבן א צען מינוטיגע רעדע אין וועלכע ער האט געווארנט איבער א קריזיס וואס הערשט ביים דרום גרעניץ און מאסן טעראריסטן און דראג באנדעס וועלכע שמוגלן אריבער דראגס און פארברעכער,  און האט עס באצייכנט אלס ״הומאניטארע קריזיס״ וואס קען נאר אפגעשטעלט ווערן מיט׳ן אויפבויען א וואנט.

באלד נאך דעם פרעזידענט׳ס רעדע האבן די צוויי דעמאקראטישע פירער אין קאנגרעס נענסי פעלאוסי און טשאק שומער געגעבן אן אנטווארט רעדע צום פרעזידענט, אין וועלכע זיי האבן טיילווייז אפגעווארפן זיינע באהויפטונגען און עס אנגערופן א ״פאבריצירטע קריזיס״, אנווייזנדיג אז רוב פארברעכנס און דראגס קומען אריין פון לופטפעלדער און אנדערע וועגן, שומער האט געזאגט אז דעמאקראטן זענען גרייט פאר א דעבאטע איבער פינאנצירן שטערקערע גרעניצן, אבער וועלן עס נישט טון אונטער א סטראשע פון א שאטדאון, ״דאס איז נישט וויאזוי א דעמאקראטיע ארבעט״ האט שומער אויסגעפירט.

 

דעפיוטי אטוירני זשענעראל ראד ראזנשטיין רעזיגנירט פון אמטראד ראזנשטיין, דער דעפיוטי אטוירני זשענעראל וועלכער האט נאמינירט דעם ספעציעלן פראקוראר ראבערט מולער און פארפיגט אויף די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג, וועט אפטרעטן פון אמט אין די קומענדיגע וואכן. ראנזשטיין איז נאמינירט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ צו די פאזיציע אבער איז אפט אויסגעשטאנען שארפע קריטיק און עפנטליכע אטאקעס פונעם פרעזידענט צוליב זיין ראלע אינעם מולער אויספארשונג, אבער ווארטזאגער אינעם ווייסן הויז זאגן אז ראזנשטיין האט פון אנהויב געוואלט דינען אויף דעם פאזיציע פאר בלויז צוויי יאר, און זיין רעזיגנאציע קומט נישט צוליב דרוק פונעם פרעזידענט. זיין רעזיגנאציע קומט אין א דעצידירנדע צייט פאר די מולער אויספארשונג הארט פאר די באשטעטיגונג פונעם נייעם אטוירני דזשענעראל ווילאם בור וועלכער איז ערווארטעט צו איבערנעמען דעם איבערזיכט אויף די מולער אויספארשונג.

 

טראמפ ווארנט קאליפארניע אז ער וועט אפהאקן ״פימא״ געלטערפרעזידענט טראמפ האט היינט באנייט זיינע קריטיק קעגן די רעגירונג פון קאליפארניע וועלכע ער באעשולדיגט אין טון א שוואכער ארבעט צו פארמיידן וואלד פייערן, זאגנדיג אז ער האט פארארדנט פימא צו אויפהערן שיקן ביליאנען אין פעדעראלע געלטער פאר קאליפארניע ביז ווילאנג זיי פארבעסערן נישט זייער סיסטעם צו פארמיידן וואלד פייערן. דער סטעיטמענט האט געברענגט שטארקע קריטיק פון קאליפארניע באאמטע און דעמאקראטישע פארשטייער פון קאליפארניע וועלכע באשולדיגן דעם פרעזידעט אין שפילן פאליטיק און זאגן אז זיינע קריטיק זענען איבערגעטריבן און אומבאגרינדעט. דער ניי-ערוועלטער גאווערנער האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז ״דער סטעיט איז נארוואס אריבער די ארגסטע נאטורליכע פייער אין אמעריקאנער היסטאריע, און מיר זענען אנטשלאסן צו פארמיידן טראגעדיעס פאר יעדן פרייז אינאיינעם מיט די פעדעראלע רעגירונג״.

 

מולער אויספארשונג דעקט אויף: פאול מאנאפארט האט זיך געטראפן מיט רוסישע אגענטדי אנגייענדע אויספארשונג דורך דעם ספעציעלן פראקוראר ראבערט מולער איז איינגעהילט אין שטארקע געהיימניס, אבער צוליב א טעות פון די פראקורארן ביים אריינגעבן געריכטליכע פאפירן איז אויפגעדעקט געווארן אז דער געוועזענער טראמפ קאמפיין מענעדזשער פאול מאנאפארט האט אין לויף פונעם קאמפיין זיך געטראפן מיט א רוסישער רעגירונג אגענט און דיסוקטירט מיט אים די אינערליכע אנקעטע ציפערן פונעם קאמפיין. דער אגענט קאנסטאנטין קלימניק איז פארבינדן צו די רוסישע שפיאנאזש דינסט וועלכע ווערט באשולדיגט אין אינטערווענירן אין די פרעזידענטליכע וואלן, לויט די דאקומענטן האט מאנאפארט פארציילט פאר אויספארשער איבער דעם מיטינג, וועלכע איז הויפטזעכליך געווען איבער אנלעגנהייטן אין אוקראינע אין וועלכע מאנאפארט איז געווען פארמישט צוליב זיין ראלע אלס לאביאיס פאר די פרא-רוסישע עלעמענטן אין אוקראינע.

אידישע ארגאניזאציעס אין קראאטיע פארשרייען דאס איבערשרייבן היסטאריעאידישע גרופעס אין קראאטיע זענען ארויסגעקומען מיט א רוף צו די ארטיגע רעגירונג צו פארבאטן דאס פארשפרייטן פון פרישע בוכער וועלכע זענען טייל פון אן ארגאניזירטע באמיאונג דורך קראאטישע נאציאנאליסטן צו פארלייקענען די גרוילטאטן וואס זענען אפגעטון געווארן דורך די פרא-נאצישע רעזשים אין קראאטיע דורכאויס דעם צווייטן וועלט קריג. דער ביכל אונטער׳ן נאמען ״דער יאסאנאוואק ליגנט אויפגעדעקט״ טוט אפלייקענען דעם עקזיסטענץ פונעם יאסאנאוואק קאנצעטראציע לאגער וואו איבער 83 טויזנט סערבן און אידן זענען סיסטעמאטיש אומגעברענגט געווארן דורך די קראאטישע וויסטאשא רעזשים וועלכע האט קאלאבערירט מיט די נאציס ימ״ש דורכאויס דעם קריג.

 

טעד קרוז: ארץ ישראל׳דיגער רב האט מיר געהייסן לאזן וואקסן א בארדעס איז נישט קלאר אויב דאס איז קאמיש אדער ערנסט, אבער דער סענאטאר פון טעקסאס טעד קרוז האט זיך לעצטנס געלאזט וואקסן א קמץ בערדל, און האט היינט זיך גענומען די מיה צו ערקלערן אויף טוויטער אז ער האט באקומען שטיצער דערפאר פון א רב אין ארץ ישראל, שרייבנדיג ״א חבר מיינער וואס לערנט אין ישיבה אין ארץ ישראל האט מיר געזאגט אז זיין רב האט אים געזאגט אז ער גלייכט דעם געדאנק אז איך זאל מיך לאזן וואקסן א בארד, ער זאגט אז איך האב א רבני׳שע צורה און דאס מאכט א גוטן רושם…״

ניו יארקער וואלקנקראצער ״קרייסלער געביידע״ שטייט צום פארקויפןדער אייקאנישער ״קרייסלער וואלקנקראצער״ וועלכע איז געווען די ערשטע צו קראצן די ניו יארקער וואלקענעס איז ארויסגעלייגט געווארן אויף דעם מארקעט צום פארקויפן, דער געביידע וואס איז פארענדיגט געווארן אין 1930 איז פארוואנדלט געווארן אלס א סימבאל פאר ניו יארק.

דער געביידע געהערט יעצט פאר א פירמע אין אבו דאבי וועלכע פארמאגט 90 פערצענט דערפון און האט געצאלט דערפאר 800 מיליאן דאלער צוריק אין 2008 הארט פאר דעם פינאנציעלן קריזיס, די פירמע האפט צו קענען צוריקבאקומען דעם פרייז וואס זיי האבן געצאלט דערפאר, און האבן גאשלאסן א אפמאך מיט ריעל עסטעיט פירמעס צו עפענען א גלאבאלע קאמפיין צו טרעפן א קונה וואס איז גרייט צו צאלן א ביליאן דאלער פאר אזא שטיק היסטאריע.

לויט ריעל עסטעיט עקספערטן וועט דאס אבער נישט זיין גרינג נעמנדיג אין באטראכט אז די געביידע איז באלד 100 יאר אלט און עס קאסט אסאך געלט עס צו אונעטרהאלטן, און אזוי אויך איז דער שטח אויף וועלכע עס שטייט אונטער א באזונדערע אייגענטומער און ער רעכנט הויכע ליעס פרייזן דערפאר.

 

דיבלאזיא אנאנסירט געזעץ צו געבן באצאלטע וואקאציע טעג פאר ארבעטער אין ניו יארק סיטימעיאר דיבלאזיא האט היינט ארויסגעלייגט א פרישע געזעץ וואס ער האט פארגעשלאגן פאר׳ן סיטי קאנסול וועלכע וועט פארפליכטן ניו יארקער ארבעטסגעבער צו געבן א מינימום פון צען טעג יערליך פון באצאלטע וואקאציע פאר אלע זייערע ארבעטער. אונטער דעם געזעץ וועט יעדע ארבעסטגעבער וועלכע פארמאגט מער פון 5 ארבעטער דארפן געבן פאר זייערע ארבעטער צען טעג פון באצאלטע ארבעטסטעג, דער מעיאר האט אונטערגעשטראכן אז אין כמעט יעדע אנדערע מערב וועלט לאנד דארפן ארבעטסגעבער באצאלן וואקאציע טעג פאר זייערע ארבעטער. דער געזעץ וועט עפעקטירן ארום א האלב מיליאן ארבעטער אין ניו יארק סיטי.

דארף איר אויפקומען מיט א גרויס סכום געלט און אקורצע צייט?
א פריוואטע לאוען קען זיין אייער ענטפער.
347-675-5184  mkorchaim2@gmail.com

______________________________________________________

מיר ערלעדיגן קרעדיט קארדס און ביזנעס לאונס פון 25,000 $  ביז א מיליאן דאלאר
פאר %0 פראצענט אינטרעסט פון 12 ביז 21 חדשים / ווי אויך העלפן מיר בויען קרעדיט אין קרעדיט ריפעיר
רופט 718-306-9314 צופרידענהייט גאראנטירט
______________________________________________________

קורסעס אויף QuickBooks און Bookkeeping
לערנט אייך אויס וויאזוי צו ניצן ריכטיג  QuickBooks.  און די יסודות פון Accounting. וויאזוי צו מסדר זיין ריכטיג אייער ביזנעס, מיר שטעלן אויך צו Full Service Bookkeeping פאר קליינע ביזנעס’ס.
 347-766-4125  Tech Skills









 

JP News
1471 55 St. Brooklyn NY 11219

info@jpnewsny.com
Want to changehow you receive these emails?

 

Twitter Facebook link

 


 


Follow us!