פיינע נייעס – מיטוואך ויגש, כז כסלו תשע”ט


 


JPUpdates Logo


מיטוואך מקץ, ג’ דחנוכה תשע״ט
December 5, 2018
JPUpdates Logo
 


פרעזידענט מאקראן
בייגט זיך צו פראטעסטירער
נאך איבער א וואך פון ווילדע פראטעסטן האט פרעזידענט עמנואל מאקראן געזאגט אז ער פארשטייט די זארגן פון די פראטעסטירער און אז ער וועט זיך רעכענען מיט זייערע פארלאנגען און אפשטופן זיין פארגעשלאגענע שטייער העכערונג אויף גאזאלין מיט א האלב יאר צו געבן מער צייט צו באטראכטן אנדערע מעגליכקייטן. די שטייער אויף גאזאלין איז געווען די הויפט סיבה וואס האט געטריבן די אויפברויז וועלכע האט ארויסגעברענגט צענדליגע טויזנטער צו די גאסן. די ״געלע וועסטלעך״ פראטעסטן האבן אויפגעשטורעמט פראנקרייך און פאראליזירט עטליכע שטעט, און זיי האבן געווארנט צו פאראליזירן פאריז אין די קומענדיגע טעג, טייל פון די פראטעסטירער האבן אבער געזאגט פאר די פרעסע אז זיי געבן נישט אויף, און זיי וועלן ווייטער פראטעסטירן ביז דער שטייער ווערט אינגאנצן עלימינירט.

אמעריקאנער נעיווי שיקט
אפ עירקרעפט קעריער צום פערסישן גאלף
אין א שריט וואס ווערט געזען ווי א דירעקטע ווארנונג פאר טעהראן האט דער אמעריקאנער נעיווי געזאגט אז דער ״דזשאן סטעניס נימיץ עירקרעפט קעריער״ האט זיך ארויסגעלאזט אין ריכטונג פונעם פערסישן גאלף אינאיינעם מיט א פלאטע פון קלענערע שיפן, און זיי וועלן אנקומען אינעם ראיאן אין די קומענדיגע טעג. דאס איז דאס ערשטע מאל וואס די נעיווי שיקט אהין אן עירקרעפט קעריער זינט 8 חדשים צוריק ווען דער ״רוזעוועלט עירקרעפט קעריער״ האט פארלאזט דעם גאלף ראיאן. דאס קומט עטליכע טעג נאכדעם וואס איראן האט דורכגעפירט א סוקסעספולע לאנג-שטרעקיגע מיסיל פראבע וואס אמעריקע האט שארף פארדאמט.

אייראפעאישע לענדער פארדאמען איראנער מיסיל טעסטאייראפעאישע לענדער וועלכע ווערן געזען פריינטליך צו איראן האבן שארף אראפגעריסן דאס וואס איראן האט דורכגעפירט דעם שבת א טעסט מיט א לאנג שטרעקיגע באליסטישע מיסיל וועלכע זי זאגט  אז עס קען דערגרייכן איבער׳ן גאנצן מיטל-מזרח און ביז אייראפע. פארשטייער פון בריטאניע און פראנקרייך האבן זיך צוגעשטעלט צו אמעריקע און פארדאמט דעם טעסט זאגנדיג אז עס פארלעצט א רעזאלוציע פון די יו-ען וועלכע האט באשטעטיגט דעם איראנער נוקלעארער אפמאך, ביידע האבן אויך פארדאמט די איראנער טעראר אקטיוויטעטן אינעם מיטל מזרח. עקספערטן זאגן אז דאס צייכנט אפ א דערווייטערונג פון אייראפע און איראן, וועלכע שטאמט מעגליך פון דעם וואס עס זענען לעצטנס אויפגעדעקט געווארן עטליכע טעראר פרואוון פון איראן אויף אייראפעאישן באדן.

נאט״א געט 60 טאגיקער אולטימאטום
פאר רוסלאנד
דער אמעריקאנער סעקערטערי אף סטעיט מייק פאמפעאו האט אין א רעדע נעכטן דינסטאג באשולדיגט רוסלאנד אין פארלעצן אן אפמאך וואס איז אונטערגעשריבן געווארן צווישן די צוויי לענדער ביים ענדע פון די קאלטע קריג אין 1987. דער אפמאך טוט באגרעניצן די פראדוקציע פון מיטל-שטרעקיגע נוקלעארע מיסילס, און פאמפעאו זאגט אז רוסלאנד טוט דאס נאכאנאנד פרעכערהייט פארלעצן. די אויסערן מיניסטארן פון 29 נאט״א לענדער האבן זיך צוגעשטעלט צו דעם באשולדיגונג און געגעבן פאר רוסלאנד 60 טאג צו זיך צוריקקערן צו די טערמינען פונעם אפמאך. פעמפעאו האט געזאגט ״רוסלאנד טוט נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע, זי זאגט ליגנט, זי לייקנט און פארשפרייט פאלשע אינפארמאציע״ און האט אויך אונטערגעשטראכן די לעצטערע אגרעסיעס אין אוקראינער און דער אינטערווענץ אין די אמעריקאנער וואלן.

רוסלאנד פארלייכטערט בלאקאדע
אויף אוקראינער פארטן
נאך ניין טאג וואס די רוסן האבן ״דערשטיקט״ די אוקראינער פארטן אינעם אזאווער ים דורך בלאקירן דעם קערש וואסער-וועג האט א אוקראינער מיניסטער געזאגט אז די רוסן האבן טיילווייז אראפגענומען דעם בלאקאדע. רוסלאנד האלט אן מיט איר אונטערזוכונג פון שיפן וועלכע פארן דורך דעם קערש וואסער וועג טראץ וואס אוקראינע זאגט אז עס איז אונטערנאציאנאלע ים טעראטאריע, אבער רוסלאנד זאגט אז זי קאנטראלירט די וואסערן. דער אוקראינער מיניסטער זאגט אז טראץ וואס ״טעכניש״ האט רוסלאנד אראפגענומען דעם בלאקאדע איז עס אבער נאך אלס אן עקאנאמישע בלאקאדע וויבאלד די רוסן האלטן אויף די שיפן עטליכע טעג אינעם קערש וואסער וועג, און דאס ברענגט דערצו אז די וועלכע אימפארטירן און עקספארטירן האבן שווערע שאדנס וויבאלד עס לוינט זיך נישט צו האנדלן מיט אוקראינע דורך די פארט שטעט נעמענדיג אין באטראכט די הויכע קאסטן פון האלטן די שיפן אויפ׳ן וואסער.

רעפובליקאנער סענאטארן פארלאנגען סאודיער פרינץ צו אפטרעטןצוויי רעפובליקאנער סענאטארן לינדזי גרעהעם פון סאוט קאראליינע און באב קארקער פון טענעסי זענען נעכטן ארויסגעקומען אין שפיץ פון א קאאליציע פון פילע רעפובליקאנער סענאטארן וועלכע האבן קריטיקירט דעם טראמפ רעזשים איבער איר האנדלונג אינעם מארד פונעם סאודיער זשורנאליסט כאמאל קאשוגי. ״דער קרוינפרינץ איז געפארפול און משוגע״ האט גרעהעם געזאגט און געווארנט אז אמעריקע דארף שטיין דערויף אז ער זאל אפטרעטן פון אמט, זאגנדיג אז לויט וואס ער האט געהערט פונעם סי-איי-עי הויפט וואלט ער געפונען געווארן שולדיג אין מארד אין יעדע געריכט ״אין ווייניגער פון א האלבע שעה״. דער סענאט גרייט זיך די וואך צו שטימען אויף א ביל צו ענדיגן די אמעריקאנער שטיצע פאר די סאודיער קריג אין תימן, און עטליכע רעפובליקאנער סענאטארן האבן שוין געמאלדן אז זיי וועלן שטימען דערפאר טראץ די קעגנערשאפט פון די טראמפ אדמיניסטראציע.
 

אמעריקע געזעגנט זיך פון
דזשארדזש בוש דער ערשטער  
אין די לעצטע צוויי טעג זענעו טויזענטער אמעריקאנער אדורך דעם בלומען באדעקטן קאסטן אין דער קעפיטאל היל געביידע, אפצוגעבן דעם לעצטן כבוד פאר דעם איין טערמיניגער פרעזידענט וואס האט געפירט דאס לאנד דורכאויס די ענדע פון דעם קאלטן קריג.

זיין טויט-קאסטן איז געפירט געווארן פונעם קאפיטאל צום צעראמאניע מיט מיליטערישע באגלייטונג, און דער צעראמאניע איז אפגעהאלטן געווארן אין דער קאטערדראל אין וואשינגטאן, בוש אליין האט געהאט פלאנירט – ביים לעבן – זיין אייגענע באגרעבעניש צערעמאניע, און האט געוואלט עס זאל זיין קורץ.

ביים צערעמאניע האבן זיך באטייליגט דריי טויזנט געלאדענטע געסט, אריינגערעכנט די בוש פאמיליע, אמעריקאנער פיגורן, וועטעראן פאליטיקאנטן, אינאיינעם מיט צענדליגע וועלט פירער און אויסלענדישע געסט. אין שפיץ פון פינף לעבעדיגע פרעזידענטן, אריינגערעכנט זיין זון בוש דער צווייטער.

ביי די ענדע פון דער צערעמאניע איז דער קאסטן געפירט געווארן דורך א מיליטערישע עראפלאן צו דעם געוועזענעם פרעזידענטס היימשטאט יוסטאן, דער עראפלאן וועט גערופן ווערן עיר-פארס-וואן דורכאויס די רייזע.

סטאק מארקעט טראסקעט צוליב אומזיכערהייט ביי אינוועסטירער

דער אמעריקאנער סטאק מארקעט האט נעכטן דינסטאג געהאט א שווערן טאג, ווען דער ״דאו דזשונס” האט פארלוירן 799 פונקטן – 3.1 פראצענט נידריגער פון א טאג פריער – און האט זיך געשלאסן ביי 25,027  ”’עס-ענד-פי” 3.2 פראצענט און ”נעסדעק” האט פארלוירן 3.8 פראצענט.

שעירס פון גרויסע אמעריקאנער בענק זענען אויך געפאלן, סיטי-גרופ, מארגען סטענלי, קעפיטאל-וואן, וועמענס שעירס זענען אלע געפאלן די נידריגסטע פון די לעצטע 52 וואכן, און דער האוזינג מארקעט האט לויט עקספערטן אויך געוויזן צייכענעס פון אפשוואכונג.

דאס איז געקומען אלס רעזולטאט פון זארגן ביי אינוועסטירער איבער פארלאנגזאמטע וואוקס פון דער אמעריקאנער עקאנאמיע, אבער בעיקר צוליב צומישעניש און אומרואיגקייט איבער’ן צושטאנד פונעם האנדלס-קריג צווישן אמעריקע און כינע, נאכדעם וואס מען האט געהערט אז עס איז דא א שטילשטאנד און אז געשפרעכן וועלן פארקומען, אבער טראמפ האט נעכטן באנייט זיין שארפן טאן, סטראשענדיג כינע מיט טאריפס אויב זיי וועלן נישט פירן אויפריכטיגע געשפרעכן. ביי איין פונקט האט טראמפ זיך קוריאז באצייכנט אלס דער טאריף מאן.

ראדזשער סטאון נוצט די פיפטע
אמענדמענט רעכט

אין א בריוו צו דער סענאט יורידישע קאמיטע, האט ראדזשער סטאון’ס אדוואקאט געשריבן אז ”מר סטאונ’ס פיפטע אמענדמענט פריוויליגיע, דארף ווערן פארשטאנען אלס די קאנסטיטוציאנאלע רעכט פון א אומשולדיגע בירגער וואס פארדאמט באהאלטנקייט”.

דער אדוואקאט האט זיך באצויגן צו די פיפטער אמענדמענט וואס באדייט דער רעכט זיך צו האלטן שטיל ביים ווערן אויסגעפרעגט דורך די רעגירונג, און מיטן פארדאמען באהאלטנקייט האט ראדזשער’ס אדוואקאט זיך באצויגן צו דעם וואס דער סענאט יורידישע קאמיטע האט דווקא געוואלט אויספרעגן ראדזשער סטאון אונטער פארמאכטע טירן, עפעס וואס דער אדוואקאט האט באשולדיגט אז דאס וועט פירן ”סעלעקטיווע ארויסרינונגען” ד”ה אז די סענאט קאמיטע וועט נאר ארויסגעבן געוויסע אינפארמאציע וואס שטימט מיט זייער פאליטישע אגענדע, נאכדעם וואס דער דאזיגער בריוו איז ארויסגערינען, האט דער אדוואקאט אנגעוויזן אז דאס איז די בעסטע באווייז אז מען קען דעם קאמיטע נישט געטרויען.

       בני בינה ימי שמונה – בגימטריא = כולל חצות

די מצוה פון נר חנוכה איז משתחשך. די הייליגע לעכט און נעכט פון חנוכה – וואס ווייזן אויף די אור התורה – שיינען אריין א געוואלדיגע אור אין די פינסטערניש פונעם נאכט – די טונקעלע גלות. “כולל חצות” שפיגלט אפ דעם חנוכה מיט די שענסטע פארבן א גאנץ יאר. די תורה פון די געהויבענע לומדי הכולל שיינט אריין אינעם בריאה. די גאנצע וועלט האט בזכותם א קיום

קבעו שיר ורננים – אין רנה אלא תפילה
ס’ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש די געוואלדיגע כח וואס ס’האבן די וואס זענען עוסק בתורה בלילות אין די בחינה פון “צדיק גוזר והקדוש ברוך הוא מקיים”. צוליב דעם שטעלט “כולל חצות” פאָר א מבצע-חנוכה פון “אכט טעג” תפילות אין “אכט” באזונדערע מקומות, וואו די כולל אינגעלייט וועלן אויסבעטן רפואות און ישועות פאר די אלע חשוב’ע תומכים וואס נעמען א טייל אין שטיצן די גרויסע תורה אימפעריע – כולל חצות העולמי.

CLICK HERE

Content Divider

חנוכה מנורה אומגעווארפן נעבן
הארווארד אונווערסיטעט

אין א אקט וואס די לאקאלע פאליציי באצייכנט אלס מעגליכע האסן פארברעכן, איז א גרויסער חנוכה מנורה אראפגעשטעלט דורך חב”ד, אראפגעשליידערט געווארן אין א פובליק פארק נעבן דעם באווואוסטער הארווארד אונווערסיטעט אין קעמברידזש מעסעטשוסעס, הארט פאר מען האט געדארפט צינדן דעם ערשטן חנוכה.

אין א ווידעאו אפגעכאפט דורך א פארביייגייער, זעט מען ווי א ווייסער מאן געקליידעט אין שווארצן ווארפט אראפ דער מנורה, און פארט דערנאך אוועק מיט זיין ביציקל.

די מנורה ווערט שוין אהינגעשטעלט דורך חב”ד פון הארווארד פאר די לעצטע 19 יאר, לויט דער דירעקטאר פון חב”ד אין דער אונווערסיטעט ר’ הערשל זרחי איז דאס די ערשטע מאל אין צען יאר וואס די מנורה איז וואנדאליזירט געווארן, דאס איז אבער נישט די ערשטע האסן פארברעכן דעם יאר אין מעסעטשוסעס, א מנורה איז גע’גנב’עט געווארן אין ברוקליין מעסעטשוסעס מיט א וואך פריער, און אזוי אויך זענען האקנקרייצן געפונען געווארן געפירקלט אויף ווענט אין דעם דערנעבנדיגן שטאט באסטאן.

ר’ הערשל האט אבער אויסגעדרוקט דאנקבארקייט פאר די פארבייגייער וואס האבן געהאלפן צוריק אויפצושטעלן די מנורה, און פאר די שנעלע רעאקציע פון לאקאלע באאמטע צו פארדאמען דעם אינצידענט.

Content Divider

ניו יארק סיטי טעקסי באורד שטעלט איין פרייז מינימום פאר עפפ באזירטע דרייווערס

ניו יארק סיטי טעקסי און לימוזין קאמיסיע האבן געשטימט נעכטן דינסטאג פאר נייע רעגולאציעס פאר אזעלכע סארט קאר סערוויסעס וואס מען קען באשטעלן און אויך באצאלן מיט א עפפ אויף א קלוגן טעלעפאון, אזויווי אובער און ליפט. לויט די נייע רעגולאציעס וועט די פרייז פאר א רייזע זיין פער מינוט אדער פער מייל, אזויווי די געווענליכע געלע טעקסיס.

די אנגעבליכע סיבה פון דער טויש איז, אז די דרייווערס זאלן מאכן א מינימום געהאלט פון 17 דאלער א שעה, און אז די דרייווערס זאלן פארדינען מיט 10,000 א יאר מער, אבער די פירמעס ברויזן שטילערהייט אויף די אומגעבעטענע טובות, ווייל דאס מאכט אז זיי זאלן נישט קענען קאנקורירן מיט די שטאטישע טעקסיס. א ווארטזאגער פון אובער האט איינגעהאלטענערהייט רעאגירט, אז די שטאט לייגט ארויף א העכערע קאסט פאר די פאסאנדזשירן ווי עס פעלט אויס, אבער די ווארזאגערין פון די טעקסי קאמיסיע האט דאס אפגעווארפן, זאגנדיג אז ניו יארקער קענען באצאלן מער אז די דרווייווערס זאלן קענען אויסהאלטן זייערע משפחות.
 

ארעסט איבער וויליאמסבורג שבת אטאקע

פאליציי אין ברוקלין האבן געמאלדן דעם ארעסט פון דעם 32 יעריגער וואס איז פלוצלינג איבערגעפאלן א אינגערמאן אין וויליאמסבורג פארלאפענעם פרייטאג צו נאכטס.

דער אינצידענט איז פארגעקומען פרייטאג צו נאכט אינרויסן פון א שול ווען עטליכע אינגעלייט האבן געמיטליך געשמועסט, ווען פלוצלונג איז א פארברעכער געקומען פון אונטן און דערלאנג א זעץ אין קאפ פאר איינע פון די אינגעלייט.

די פאליציי האבן באוויזן צו שאפן דער אידענטיטעט פון דער פארברעכער ענריקע גערענאו וועלכער וואוינט אויף ווילאבי עוועניא דורך סורווענלענס בילדער פון דער געביידע, און דער פארברעכער וועט אנגעקלאגט ווערן מיט האסן פארברעכן קלאגעס.









 

JP News
1471 55 St. Brooklyn NY 11219

info@jpnewsny.com
Want to changehow you receive these emails?

 

Twitter Facebook link

 


 


Follow us!