פיינע נייעס – מיטוואך ויקרא, ו אדר תשע”ט


 


JPUpdates Logo


מיטוואך ויקרא – ו’ אדר תשע״ט
March 13, 2019
JPUpdates Logo
 


כינע טראגט אן צו צוריקשטעלן עלעקטעריציטעט פאר ווענעזועלעכינע – וועלכע איז פון די איינציגע לענדער וואס שטיצן דעם מאדורא רעזשים – האט אנגעטראגן צו העלפן דעם רעזשים צו צוריקשטעלן עלעקטעריציטעט אין לאנד, נאכדעם וואס רוב לאנד זיצט שוין אין די פינסטערניש פאר איבער א וואך. מאדורא באשולדיגט אמעריקע אין סאבאטאזשירן אירע עלעקטראנישע איינריכטונגען וועלכע שטעלט אין געפאר זיין מאכט און ברענגט אויפברויז און כאאס איבער׳ן לאנד. אין זיין אנבאט פאר הילף האט דער כינעזער אויסערן מיניסטער איינגעשטימט מיט די באהויפטונג פון מאדורא אז אמעריקע איז געשטאנען אונטער דעם קורצשלוס זאגנדיג אז ״די באריכטן איבער א סייבער אטאקע אויף די עלעקטראנישע איינריכטונגען איז באזארגנד״ און געזאגט אז כינע וועט שטיין צו די האנט פונעם מאדורא רעזשים צו לעזן דעם קריזיס.

בריטישע פרעמיער ליידט נידערלאגע אין ברעקזיט אפשטימונגדי פאליטישע קאריערע פון די בריטישע פרעמיער טערעזע מעי איז איינגעשטעלט נאכדעם וואס זי איז נעכטן ווידעראמאל דורכגעפאלן אין קריגן שטיצע אינעם פארליאמענט פאר איר ברעקזיט אפמאך וואס זי האט געשלאסן מיט׳ן אייראפעאישן פאראיין, און דערמיט שטייט ברעקזיט אונטער א פראגע צייכן אינאיינעם מיט איר פאליטישע קאריערע.
טראץ לעצט מינוטיגע ענדערונגען אינעם אפמאך האט די בריטישע פארליאמענט אפגעווארפן איר ברעקזיט פלאן מיט 391 קעגן 242 שטימען, און זי האט נישט באקומען די שטיצע פון אירע אייגענע פארטיי מיטגלידער פאר איר פארשלאג אויף וועלכע זי האט געארבעט פאר איבער א יאר פון אינטענסיווע פארהאנדלונגען מיט פארשטייער פונעם אייראפעאישן פאראיין.
אין ליכט פון די אנטוויקלונג וועט די פארליאמענט אפהאלטן נאך צוויי רונדעס פון אפשטימוגען, די ערשטע צו באשליסן אויב מען זאל דורכפירן א נאו-דיל ברעקזיט וואס מיינט אז בריטאניע טיילט זיך אפ פונעם אייראפעאישן פאראיין אן קיין אפמאך, און אויב געזעצגעבער שטימען דערקעגן – ווי ערווארטעט – וועט פארקומען נאך אן אפשטימונג אויף צו אפשטופן דעם דאטום פון ברעקזיט וועלכע וואלט געדארפט זיין דעם קומענדיגען מערץ 29 אין ארום צוויי וואכן.

מדינת ישראל דעקט אויף כעזבאללע נעץ ביים גרעניץ מיט סיריעמדינת ישראל זאגט אז זי האט אויפגעדעקט א פארצווייגטע נעץ פון אפעראציעס דורך די כעזבאלע טעראר גרופע ביים צפון גרעניץ צווישן מדינת ישראל און סיריע, דער נעץ פון מיליטאנטן באשטייט פון כעזבאלע קעמפער אינאיינעם מיט זעלנער פון די איראנער רעוואלוציאנערע גווארדיע, און זיי באזיצן ריזיגע זאפאסן פון וואפן און אמוניציע. און טוען רעקרוטירן לאקאלע מענער זיך צו אנשליסן אין זייער ראנקן און גרייטן אן דעם באדן פאר אן אטאקע קעגן מדינת ישראל. לויט שפיאנאזש שאצונגען פון מדינת ישראל טוט די נעץ אפערירן אונטער די ראדאר אן די וויסנשאפט פון דער אסאד רעזשים וועלכע האט די דע-פאקטא קאנטראל אויפ׳ן ראיאן.

פארשריט אין געשפרעכן צווישן אמעריקע און טאליבאנער פארשטייערקוועלער פון ביידע זייטן באשטעטיגן אז צוויי וואכן פון פארהאנדלונגען צווישן אמעריקאנער און טאליבאנער פארשטייער אין קאטאר האבן געברענגט צו א פארשטענדעניש אויף וויכטיגע גרונד פרינציפן און מען האלט נאנט צו אן אפמאך צווישן די צוויי זייטן וועלכע וועט פירן צו א ריקצוג פון אמעריקאנער קרעפטן פון אפגאניסטאן און אן ענדע צום זיבעצן יעריגן קריג. די טאליבאנער זענען איינגעגאנגען צו אפהאקן אירע באציאונגען מיט על-קאידע און אלע טעראר גרופעס אין אויסטויש פאר אן אמעריקאנער ריקצוג, און די געשפרעכן זענען יעצט קאנצעטרירט אויף צו אוועקשטעלן א דיאלאג צווישן די טאליבאנער און אנדערע גרופעס אין אפגאניסטאן צו טרעפן א פאליטישע לעזונג איבער קאנטראל פונעם לאנד. 

פאול מאנאפארט צוגעטיילט נאך 43 חדשים איבער פארראטדער געוועזענער קאמפיין טשעירמאן פון פרעזידענט טראמפ איז היינט פריש פאראורטיילט געווארן אין א געריכט אין ווירדזשיניע אין צוגאב צו דעם אורטייל וואס ער האט באקומען פאריגע וואך אין וואשינגטאן אויף פינאנציעלע פארברעכנס, דער אורטייל פון 73 מאנאטן אינאיינעם מיט די היינטיגע אורטייל באדייט אז ער וועט זיצן ארום זיבן און האלב יאר אין טורמע. דער היינטיגער אורטייל איז איבער קאנספיראציע קעגן די פאראייניגטע שטאטן מיט אן אויסלענדישע מאכט צוליב זיין ראלע וואס ער האט געשפילט פאר׳ן רוסישן רעזשים אין וואשינגטאן אן איינמעלדן די אויטאריטעטן, און אזוי אויך איבער פרובירן צו שטערן יוסטיץ דורך אינערווענירן מיט עדות׳שאפטן און באווייזן.

אמעריקאנער געזעצגעבער לייגן דרוק צו פארבאטן באואינג 737 סענעטאר מיט ראמני און דער דעמאקראטישער סענאטאר ריטשארד בלומענטאל האבן אפעלירט צו די פעדעראלע אוויאציע אגענטור צו נאכפאלגן דעם ביישפיל פון כמעט אלע לענדער אין די וועלט און פארבאטן לופטליניעס פון זיך באנוצן מיט׳ן בואינג 737 מעקס נאכדעם וואס די ערשטע באווייזן אינעם אויספארשונג פונעם קראך אין עטיאפיע צייגן אז דער סיסטעם פארמאגט א פעלער וועלכע האט געברענגט דערצו אז דער פילאט זאל פארלירן קאנטראל. דאס איז געווען דער צווייטער קראך פון דעם רעלאטיוו נייער פליגער אין בלויז א האלב יאר, און ווי עס שיינט איז די פארגעשריטענע סיסטעמען פעלערהאפטיג, אבער דערווייל האלט זיך דער פעדעראלער אוויאציע אגענטור ביי זייער שטעלונג אז דער פליגער איז זיכער צום באנוץ און אז מען דארף ווארטן אז דער בילד זאל זיך אויסקלארן מיט׳ן אויספארשן די אורזאך פונעם קראך ביז׳ן סוף.

רעפובליקאנער שטיצן צו באגרעניצן פרעזידענטליכע מאכטסענאט מאיאריטעט פירער מיטש מעקאנעל האט געזאגט אז רעפובליקאנער געזעצגעבער זוכן צו טוישן דעם געזעץ וועלכע געט ברייטע רעכטן פאר׳ן פרעזידענט אין פאל וואס ער דערקלערט אן עמערדשענסי און ערלויבט אים צו אויסקרויזן דעם פראצעדור פון קריגן באשטעטיגונג פון קאנגרעס, א געזעץ וואס פרעזידענט טראמפ האט גענוצט אויף צו פינאנצירן זיין גרעניץ וואנט טראץ קעגנערשאפט פון קאנגערס. דער געזעץ וועט געבן פאר קאנגרעס דרייסיג טאג צו באשטעטיגן א נאציאנאלע עמערדשענסי און אויב ווערט דאס נישט באשטעטיגט לויפט דאס אויטאמאטיש אפ. דער געזעץ וועט נישט עפעקטירן דעם יעצטיגן עמערדשענסי דעקלעראציע וואס איז שוין אין קראפט.

Content Divider

נארוועגיער געריכט: שעלטן אידן איז בלויז קריטיק קעגן מדינת ישראלא נארוועגיער זינגער וועלכער האט אין לויף פון א קאנצטער געשאלטן אידן איז ריינגעוואשן געווארן פון קלאגעס איבער האסן פארברעכן אין א געריכט אין נארוועגיע וויבאלד – לויט דעם פראקוראר– האט ער דערמיט בלויז געוואלט קריטיקירן מדינת ישראל. דער זינגער קאוויי קאלארדי האט אין לויף פון א מוזיקאלישע קאנצערט געפרעגט אויב עס זענען דא אידן צווישן די פארזאמלטע און דאן זיך גענומען שעלטן אידן. דער זעלבער זינגער האט מיט עטליכע טעג פריער געשריבן אויף טוויטער ״אידן זענען אזוי קארופטירט״ אבער דער פראקוראר אין זיין מיינונג צום געריכט שרייבט דאס ער האט דערמיט געמיינט צו קריטיקירן פאליסיס פון מדינת ישראל…

אידישער קאמעדיאנט איז פאראויס אין אוקראינער פרעזידענטליכער פארמעסטאוקראינע פארמאגט שוין א אידישער פרעמיער מיניסטער, און ווי עס שיינט איז דאס לאנד אויפ׳ן וועג צו ערוועלן אויך א אידישער פרעזידענט. א זאך וואס איז אן אויסטערליש אינטרעסאנטע אנטוויקלונג נעמענדיג אין באטראכט די אנטיסעמיטישע היסטאריע פונעם אוקראינער פאלק. דער אידישער קאמעדיאנט וולאדימיר זעלענסקי שטייט מיט צען פראצענט העכער פון זיינע קעגנער און געניסט פון פאפולאריטעט א דאנק זיין ראלע אלס אקטיאר און קאמעדיאנט אויף אוקראינער טעלעוויזיע און מאנכע רופן אים ״דער אוקראינער דאנעלד טראמפ״. לויט קוועלער וועלכע קענען אים איז זעלענסקי איז א שטאלצער איד, אבער ער האט זיך אנטזאגט צו רעדן וועגן זיין אפשטאם דורכאויס דעם קאמפיין.

גראנדיעזע ״האדסאן יארד״ פראיעקט גרייט צום עפענונגדער מאסיווער ״האדסאן יארד״ פראיעקט וואס איז באצייכנט געווארן אלס דער סאמע גרעסטער ריעל עסטעיט פראיעקט אין היסטאריע איז פערטיג און וועט געעפנט ווערן מיט גרויס פאראדע דעם פרייטאג. דער פראעיקט נעמט אריין א ריזיגע שאפינג מאל, רעזידענט געביידעס, אפיסעס און פארקס מיט איבער 18 מיליאן סקווער פוס איז געבויט געווארן העכער דעם לאנג איילענד רעילראוד סטאנציע, און איז געווען דער אינציאטיוו פון די בלומבערג אדמיניסטראציע. דער פראיעקט האט אפגעקאסט איבער 17 ביליאן דאלער און קאנסטרוקציע האט זיך אנגעהויבן אין 2012 און איז פארענדיגט געווארן פיל שנעלער ווי ערווארטעט.  

פאליצייאישע יוניאן זיגט קעגן דעם דעפארטעמנט אין פרייוועסי געפעכטא סופרים קאורט אין מאנהעטן האט געאורטיילט אז די פאליציי האט נישט די רעכט צו פארעפנטליכן דאקומענטן וועלכע אנבאלאנגט די אויפפירונג פון פאליציי אפיצירן, און אז דאס פארלעצט די רעכטן פון פאליציאנטן פריוואטקייט. דער געריכט האט דערמיט אנולירט א פלאן פון די דעבלאזיא אדמיניסטראציע און די פאליציי דעפארטמענט צו ערלויבן פרייע צוטריט צו אינערליכע אויספארשונגען אינעם פאליציי דעפארטמענט צו צייגן אז דער דערפארטמענט נעמט שריט קעגן פאליציי וואס נוצן איבערגעטריבענע מאכט. אבער דער געריכט האט געאורטיילט אז די רעקארדס זענען פריוואט און עס פאדערט זיך א געריכטליכע ערלויבעניש אין יעדן פאל באזונדער.


We file individual business and corporate taxes.
File your taxes with a peace of mind knowing that you took advantage of all tax credits that are available for you. Feel free to ask any questions.
Call 718-701-1010
_________________________________________________________ 


New LLC, LLC Publishing, Corporations, Nonprofits, Other Business filings, 1 Hour Service,
Low Pricing, Call Now 845-579-5939 Email admin@corpexinc.com
_________________________________________________________

Tech support for your office, 
IT guy is available to do all of your tech support needs.
Including: Buying and setting up new computers/other devices,
software, networking, troubleshooting, and guidance.
call or text 917-676-1860 or email backdeskny@gmail.com
__________________________________________________________


We specialize in warehouse sales and leasing in Northern New Jersey 
Call 973-320-7000 or email info@keycrealty.com 
__________________________________________________________

Community Leasing – Satisfaction guaranteed”
Call 845-352-2255 email address info@communityleasing.net 
_________________________________________________________


ATTENTION CONTRACTORS!!!
We will get your customers deposits
ON Time so you don’t have to POSTPONE the job EZ BOOKKEEPING 845-459-3923 ezbookpro@gmail.com
_________________________________________________________

Commercial Kitchen Wanted – Heimishe catering is looking to rent a full commercial kitchen in BP / Flatbush area call: 347-675-7462
_________________________________________________________

Your best real estate broker in Israel, property investments,
sales and rentals, etc. call 347-377-0440
if no answer please leave a message.
 ____________________________________________________
 
                                    
Tax Return Prepared
 Receive more than $14,000 in income tax refund.
More than 25 years experience. Authorized e-file provider. Individual Corporations, Partnerships 
Call: 347-446-7745
______________________________________________________

מיר ערלעדיגן קרעדיט קארדס און ביזנעס לאונס פון 25,000 $  ביז א מיליאן דאלאר
פאר %0 פראצענט אינטרעסט פון 12 ביז 21 חדשים / ווי אויך העלפן מיר בויען קרעדיט אין קרעדיט ריפעיר
רופט 718-619-8684 צופרידענהייט גאראנטירט

Tablecloths for rent, upscale tablecloths for rent, huge selection, friendly service, prices start at $15 and up Mon – Thurs 10 am – 5 pm call 845-425-7226
___________________________________________________

For Sale: A brand new 15 passenger van – Ford Transit 2017 – power doors – 46,000 miles- best condition – $33,000 call / text 845-242-0852
____________________________________________________

זייט מקיים מצות “שילוח הקן”. סגולה לפרנסה, שידוכים, ולבנים, ולקנות בית חדש, רפואות ועוד, 
רופט 917-923-0995
____________________________________________________

Fly last minute –  LONDON -direct $599.00 (min 2 night stay over
Call 210-962-5551
______________________________________________________

Materna for only $26.99 we have full stock of all 3 stages soy available 
Please call / text 917-.658-2910
_____________________________________________________

אידיש  ארטסקרול
1 וואך בליץ סעיל ש”ס ארטסקרול 73 כרכים גדול 1750$ (רעג. 2500$) קטן 1499$ (רעג. 2100$)
פאר הספרים:  718-387-2650
_____________________________________________________

6 Hour class- (Defensive Driving Course). Save 10% on your car insurance automatically. Mention this ad and get $10 off. Email your license to Sixhrclass@gmail.com. or text 646-832-2209
______________________________________________________

אברהם יהושע שפיצער One Man Band פאר אלע אייערע שמחות
Please call: 718 594 3070 בעסטע פרייזען
____________________________________________________

הערליכע שפילער פאר אלא אייער שמחות. חיים פרידמאן 718-213-1554

שערי עבודה
Are you a young adult with special needs looking for a career
 Contact us for job opportunities for men & women
 We also do mailings for weddings and organizations Call 917 592 8223









 

JP News
1471 55 St. Brooklyn NY 11219

info@jpnewsny.com
Want to changehow you receive these emails?

 

Twitter Facebook link

 


 


Follow us!