פיינע נייעס – פרייטאג וארא, כ”ז טבת תשע”ט


 


JPUpdates Logo


פרייטאג וארא, כ”ו טבת תשע״ט
January 4, 2019
JPUpdates Logo
 


לאנדאנער לופטפעלדער אינסטאלירן איין אנטי דראון טעכנאלאגיעאין ליכט פון דעם אינצידענט עטליכע וואכן צוריק אין וועלכע איבער טויזענט פלי רייזעס זענען געקענסעלט געווארן און אפעקטירט 140,000 פאסאדזשירן אין דער געטוויק לופטפעלד נאכדעם וואס דראונס זענען געזען געווארן ארומפליען העכער די לופטפעלד, האבן סיי היטראו און סיי געטוויק איינגעקויפט ספעציעלע אנטי דראון סיסטעמען וועלכע קענען אטאמאטיש אראפשיסן דראונס וועלכע פליען העכער לופטפעלדער און שאפן א סכנה פון זיך אנשטויסן אין עראפלאנען. דער סיסטעם איז געבארגט געווארן ביים אינצידענט עטליכע וואכן צוריק פון א מדינת ישראל פירמע גערופן ראפאעל, דער סיסטעם ארבעט ענליך צום באקאנטן ״אייראן דאום״ סיסטעם וועלכע מדינת ישראל נוצט אראפצושיסן אריינקומענדע ראקעטן פון עזה, א סיסטעם וואס כאפט אויף ווען א דראון פליט אריין העכער א לופטפעלד און שיסט דאס אטאמאטיש אראפ.

 

בריטישע פאליציי גרייט זיך פאר ראיאטן אין פאל פון נאו-דיל ברעקזיט נאנט צו טויזענט בריטישע פאליציאנטן פון ענגלאנד און סקאטלאנד וועלן אנהויבן טרעינירונגען צו זיין גרייט פאר מעגליכע ראיאטן אין צפון איירלאנד אין פאל בריטאניע ציט זיך ארויס פון דער אייראפעאישער פאראיין אהן קיין אפמאך. די זארג איז אז ענגלאנד וועט מעגליך זיין געצוואונגען צו בויען א פיזישע גרעניץ צווישן דער זעלבסשטעדיגער דרום איירלאנד און צפון איירלאנד וועלכע איז אונטער בריטישע קאנטראל, אבער טייל  איינוואונער פון צפון איירלאנד זענען גאר סענסיטיוו צו דעם געדאנק פון זיך פיזיש אפטיילן פון דרום איירלאנד. דער באשלוס אנצוהויבן טרענירונגען איז געקומען נאכדעם וואס לאקאלע פאליציי פון צפון איירלאנד האבן געבעטן פון בריטישע און סקאטישע פאליציי זיי צו שיקן פארשטארקערונגען, כדי זיך צו ספראווען מיט יעדע פראבלעם וואס קען ארויסקומען פון א פיזישע גרעניץ.
 

צען על-שאבאב טעראריסטן אומגעברענגט אין אמעריקאנער לופט אטאקעדער אמעריקאנער מיליטער האט געמאלדן אז זיי האבן דעם מיטוואך אומגעברענגט צען על-שאבאב טעראריסטן אין א איינצעלנע באבאדירונג אין סאמאליע, אין וועלכע עס זענען נישט געווען קיין שום ציווילע פאטאליטעטן. דאס קומט נאכדעם וואס אין דעם פארגאנגענעם יאר האט דער אמעריקאנער מיליטער אדורך געפירט זיבן און פערציג לופט אטאקעס אין סאמאליע. דער על-קאידא אפיליאירטע על-שאבאב טעראר גרופע קאנטראלירט גרויסע טיילן פון דרום און צענטראל סאמאליע, און טוט אפט אדורכפירן טויטליכע טעראר אטאקעס אנטקעגן רעגירונגס צילן אין דער הויפטשטאט מאגאדישוי. דער אמעריקאנער מיליטער טוט שוין באמבאדירן על-שאבאב זינט איר גרינדונג אין 2006, אונטער פרעזידענט טראמפ האט דער אמעריקאנער מיליטער דראסטיש פארמערט די באמבאדירונגען און אומגעברענגט איבער 300 טעראריסטן אין יאר 2018 אליין, בלויז עטליכע וואכן צוריק זענען צווי און זעכציג על-שאבאב טעראריסטן אומגעברענגט געווארן אין א סעריע העפטיגע באמבאדירונגען אין פארלויף פון צוויי טעג.
 

סאודי אראביע פראקורארן פארלאנגן טויט שטראף קאשאוגי מערדערדער רעגירונג פון סאודי אראביע האט געמאלדן אז זיי וועלן פארלאנגען טויט שטראף פאר פינעף פארדעכטיגטע אין דער מארד פון דער דזשורנאליסט דזשאמאל קאשאוגי, וועלכע איז אומגעברענגט געווארן אין דער סאודיער קאנסולאט אין איסטאמבול טערקיי דעם דעם פארלאפענעם אקטאובער.

פראקורארן האבן געמאלדן אז עס איז שוין פארגעקומען איין געריכט פארהער פאר עלעוו פארדעכטיגטע אינעם קאשאוגי מארד, דער סאודיער רעגירונג וועלכע האט שוין א צייט פריער געמאלדן אז זיי האבן ארעסטירט אכצן פארדעכטיגטע האבן דערווייל נישט קלארגעשטעלט דער סטאטוס פון די איבריגע זיבן ארעסטירטע. דער סאודיער רעגירונג שטייט אויס אונטערנאציאנאלע דרוק זינט עס איז קלאר געווארן אז רעגירונגס איינגעשטעלטע זענען געשטאנען אונטער דעם קאשאוגי מארד, ווי אויך האט עס צוגעברענגט אז מער וועלט לענדער זאלן פארלאנגען אן ענדע צו דער סאודי אנגעפירטער מלחמה אין תימן, און דער סאודיער רעגירונג האפט אז די אנקלאגעס וועלן לינדערן די אונדערנאציאנאלע דרוק אויף די קעניגרייך.

פאטאלע עקסידענט אין פלארידע לאזט איבער 7 טויטעא שרעקליכע סצענע האט זיך נעכטן נאכט אפגעשפילט אויפ׳ן פלארידע אינטערסטעיט שטראז ווען צוויי מאסיווע אויל טאנקערס און צוויי קארס זענען געווען פארמישט אין א פאטאלע עקסידענט וואס האט געברענגט צו א מאסיווע אויל אויסגוס און העלישע פייער אויפ׳ן שאסיי, דער עקסידענט האט אפגעקאסט זיבן טויטע און נאך א צאל פארוואונדעטע, טייל פון זיי קריטיש וועלכע זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט בראנד וואונדן. דער שוידערליכע עקסידענט האט איבערגעלאזט א שרעקליכע סצענע מיט פילע פארברענטע קארס און ארומיגע ביימער. עס האט גענומען לאנגע שטונדן ביז עס איז געלונגען צו ברענגען דעם סיטואציע אונטער קאנטראל, און דער אפשלוס פונעם הייוועי האט געברענגט טרעפיק פאר לאנגע מיילן וועלכע האבן פארקריפלט דעם פארקער פאר לאנגע שטונדן.
 

נענסי פעלאוסי איינגעשוואוירן אלס ספיקער פון 116טן קאנגרעסאין א צערמאניאלע פראצעדור איז נעכטן די געוועזענע דעמאקראטישע ספיקערין נענסי פעלאוסי ווידער ערוועלט געווארן אלס ספיקער פון דעם 116טן דעמאקראטיש-קאנטראלירטן קאנגרעס, זי איז איבערגעקומען אינערליכע אפאזיציע און עס איז געלונגען צו פאראייניגן די איבערוויגנדע מערהייט פארטיי אונטער איר, אבער פארט זענען געווען 15 שטימען קעגן איר פירערשאפט. איר ערשטע לעגיסלאטיווע דערגרייכונג איז געווען א ביל צו פינאנצירן דעם רעגירונג און ענדיגן דעם שאטדאון, אבער די רעפובליקאנער פירער האבן קלאר געשטעלט אז זיי וועלן נישט ארויפברענגען דעם ביל אין סענאט וויבאלד דער פרעזידענט האט פארשפראכן אז ער וועט עס סיי ווי נישט אונטערשרייבן אן קיין 5 ביליאן דאלער פאר׳ן גרעניץ וואנט. אצינד ווארט מען דעריבער אויף די היינטיגע זיצונג אין ווייסן הויז מיט די פירער פון קאנגרעס און סענאט פון ביידע פארטייען וואו מען ווען פרובירן אויסהאמערן א קאמפראמיס.
 

שטארקע דשאבס באריכט פאר דעצעמבער היינט זענען ארויסגעקומען די ציפערן פאר׳ן פארגאנגענעם מאנאט, און עס צייגט אז דער פאזיטיווער וואוקס אין דשאבס האלט ווייטער אן, און אינעם לעצטן חודש זענען צוגעקומען 312 טויזנט דשאבס, באלד טאפלט פונעם געשאצטן ציפער פון 177 טויזנט, דער פראצענט פון ארבייטסלאזיגקייט איז פארט עטוואס געשטיגן צו 3.9 צוליב דעם וואס מער מענטשן קומען אריין אינעם דשאבס מארקעט, און אזוי אויך זענען געהעלטער געשטיגן ביי א יערליכע ראטע פון 3.2% ארויף פון 3.1% א חודש פריער. דער פאזיטיווער באריכט קומט אין א קריטיש וויכטיגע צייט פאר די פינאנציעלע מארקעטס וואס האבן אין די לעצטע וואכן געזען שארפע פארלוסטן.

כשרות אלערט: נישט יעדע סארט טונא פיש איז כשרדי עדה החרדית הספרדית (א פליאלע פון דעם גרעסערן עדה החרדית) האט ארויסגעשטעלט א מודעה אז אויב מען קויפט גאנצע פיש אין א פיש מארק  זאל מען דאס אונטערזוכן פאר סימני כשרות ווייל נישט יעדע סארט פיש וואס ווערט גערופן טונא איז כשר. איין ביישפיל איז א פיש גערופן עסקאלאר (escolar)  וועלכער ווערט אויך גערופן ווייסע טונא אבער דאס איז א טריפה’נע פיש, א כשרות משגיח האט אויך איבערגעגעבן פאר די שרייבער פון די שורות אז טונא אין א קען דארף אלעמאל האבן א הכשר אפילו אויב עס איז קלאר א כשר’ע סארט פיש.

 

רב אין קליוולאנד שאפט מאסיווע קידוש השם אין א געוואלדיגער אקט פון מסירות נפש, האט א חב”ד רב וועלכע האט שוין אין דער פארגאנגענהייט מנדב געווען א ניר פאר א צווייטע איד, דאסמאל געמאכט א געוואלדיגע קידוש השם מיט’ן מנדב זיין א חלק פון די לעבער. ר׳ אדם לעוויץ, א חשובער איד און טאטע פון דריי קינדער האט זיך שטארק גענויטיגט אין א לעבער איבערפלאנצונג, און דער לאקאלער חב”ד רב אין ניו דזשורזי הרב אפרים שימאן וועלכע האט אין דער פארגאנגענהייט מנדב געווען א ניר האט דאסמאל בייגעשטייערט א חלק פון זיין לעבער, עס מאכט זיך גאר זעלטן אז א ניר נדבן זאל אויך מנדב זיין א חלק פון די לעבער, ער האט זיך איינגעשפארט דאס צו טון טראץ וואס דאס איז א שווערע פראצעדור וואס איז פארבאטן אין רוב שפיטעלער.

אויסלענדישע טאשן-שניידער באנדע בארויבן ניו יארקער סאבוועי רייזנדע  באנדעס פון טאשן-שניידער גנבים פון דרום אמעריקע האבן שטארק צוגעברענגט צו דער העכערונג פון סאבוועי פארברעכנס לויט א פאליצייאישער באריכט. דער ניו יארקער פאליציי האט רעקארדירט א העכערונג פון 3.8 פראצענט טראנזיט פארברעכנס אין 2018 , לויט דער טראנזיט הויפט פון ניו יארק סיטי עדווארד דעלעטארא, איז דאס א טייל פון א אלגעמיינער העכערונג אין גניבות אין ניו יארק סיטי.

א גרויס טייל פון דער העכערונג פון פראפעסיאנאלע טאשן-שניידער גנבים וועלכע קומען פון אזעלכע לענדער ווי קאלאמביע און טשילע. דעלעראטא האט צוגעלייגט אז די פאליציי האט לעצטנס ארעסטירט דריי פארברעכער וועלכע האבן אנגעפירט א רינג פון טראנזיט גניבות, און ער האפט אז מיט זייער ארעסט וועלן די הויכע גניבה ראטעס אין די טראנזיט סיסטעם צוביסלעך פאלן.

 

שטודיע צייגט אז מער מענטשן פארלאזן ניו יארק סטעיט ווי די וואס ציען זיך אריין לויט א שטודיע  טוען די מענטשן וועלכע ציען זיך ארויס פון ניו יארק סטעיט אויסמאכן גאנצע איין און זעכציג און אהאלב פראצענט פון די מענטשן וועלכע ציען זיך אריין אדער ארויס פון ניו יארק, און די צייט וואס די מענטשן וואס ציען זיך אריין זענען בלויז אכט און דרייסיג אהאלב פראצענט. אזויפיל ווי איין און פערציג פראצענט פון די וואס ציען זיך ארויס  פארדינען הונדערט און פופציג טויזענט דאלער א יאר אדער מער, און בלויז 8.4 פראצענט פון די וואס ציען זיך ארויס פארדינען אונטער פופציג טויזענט דאלער א יאר, פון די אנדערע זייט זענען א גרויס טייל פון די וואס ציען זיך אריין אויך רייך, לויט דער שטודיע טוען זעקס און פערציג אהאלב פראצענט פון די וואס ציען אריין קיין ניו יארק פארדינען הונדערט און פופציג טויזענט דאלער אדער מער.

דארף איר אויפקומען מיט א גרויס סכום געלט און אקורצע צייט?
א פריוואטע לאוען קען זיין אייער ענטפער.
347-675-5184  mkorchaim2@gmail.com

___________________________________________________________________

מיר ערלעדיגן קרעדיט קארדס און ביזנעס לאונס פון 25,000 $  ביז א מיליאן דאלאר
פאר %0 פראצענט אינטרעסט פון 12 ביז 21 חדשים / ווי אויך העלפן מיר בויען קרעדיט אין קרעדיט ריפעיר
רופט 718-306-9314 צופרידענהייט גאראנטירט
___________________________________________________________________

קורסעס אויף QuickBooks און Bookkeeping
לערנט אייך אויס וויאזוי צו ניצן ריכטיג  QuickBooks.  און די יסודות פון Accounting. וויאזוי צו מסדר זיין ריכטיג אייער ביזנעס, מיר שטעלן אויך צו Full Service Bookkeeping פאר קליינע ביזנעס’ס.
 347-766-4125  Tech Skills
 









 

JP News
1471 55 St. Brooklyn NY 11219

info@jpnewsny.com
Want to changehow you receive these emails?

 

Twitter Facebook link

 


 


Follow us!