פיינע נייעס – פרייטאג וישב, כ”ב כסלו


 


JPUpdates Logo


פרייטאג פר׳ וישב, כ״ג כסליו תשע״ט
November 28, 2018
JPUpdates Logo
 


צענדליגע וועלט פירער עפענען דזשי-20 סאמיט

היינט הייבט זיך אן דער יערליכער דזשי-20 סאמיט מיט די באטייליגונג פון פילע וועלט פירער אין בואענס איירעס אין ארגענטינע, דער היי יעריגער סאמיט איז הויפטזעכליך פארנומען מיט דריי צענטראלע אנלעגנהייטן אויפ׳ן סדר היום, דער עקאנאמישער האנדלס-קריג צווישן אמעריקע און כינע, און מען קוקט ארויס צו די געשפרעכן צווישן פרעזידענט טראמפ און דער כינעזער פרעזידענט טיש אויב זיי וועלן קענען קומען צו א פארשטענדעניש צו פארמיידן דעם האנדלס-קריג פון קעגנזייטיגע טאריפן און שטייערן. 

דאן קוקט מען ארויס וויאזוי די וועלט וועט רעאגירן צו וולאדימיר פוטין, דער רוסישער דיקטאטור וואס האט אין די לעצטע טעג פארשטערקערט זיינע אגרעסיעס קעגן אוקראינע, א מיטגליד אין נאטא, און טוט בלאקירן צוטריט פאר אוקראינע צו עטליכע פון אירע פארטן, און האלט עטליכע פון אירע זעלנער אין געפענגעניש.

אזוי אויך זענען די אויגן פון די וועלט געוואנדן צו זען וויאזוי עס ווערט אויפגענומען דער קרוינפרינץ פון סאודי אראביע מוכאמעד בן-סאלמען וועלכע באטייליגט זיך ביים סאמיט אין ברען פון אן אינטערנאציאנאלע שטורעם איבער דאס מארד פון א זשורנאליסט וועלכער האט אים קריטיקירט, און עס זענען פארהאן באווייזן וועלכע פארבינדן אים דירעקט צום מארד, עטליכע וועלט פירער האבן געזאגט אז זיי וועלן זיך טרעפן מיט אים, און צווישן זיי האבן עטליכע געזאגט אז זיי וועלן אים פארהאלטן איבער דעם מארד.

רוסלאנד: טראמפ האט אפגערופן סאמיט צוליב פאליטישע סיבות

א ווארטזאגער פאר די רוסישער אויסערן מיניסטעריום האט קלארגעשטעלט אז פוטין קימערט זיך גאנץ ווייניג מיט דעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אפגערופן א געפלאנטע סאמיט אין ארגענטינע, זאגנדיג אז טראמפ איז געצווינגען געווארן דאס צו טון צוליב פאליטישע דרוק אין אמעריקע, דער ווארטזאגער האט געזאגט אז ״דאס אפרופן דעם מיטינג האט גאנץ ווייניג צו טון מיט די סיטואציע אינעם קערש-ים, מיר גלויבן אז עס האט צוטון מיט די פאליטישע אנטוויקלונגען אין אמעריקע״.

ער האט דערמיט אנגעדייטעט אז דאס איז צוליב די פרישע אנטוויקלונגען אין די מולער אויספארשונגען און איבער פרישע באווייזן אז טראמפ האט געהאט ביזנעס אינטערעסן אין מאסקווע, טראץ וואס ער האט עטליכע מאל קאטעגארישע אפגעווארפן אז ער זאל האבן סיי וועלכע ביזנעס פארבינדונגען צו די רוסן. 

דער טוויט אין וועלכע טראמפ האט געמאלדן אז ער רופט אפ דעם מיטינג איז קריטיקירט געווארן דורך פילע רעפובליקאנער און דעמאקראטן וויבאלד דער פרעזידענט קריטיקירט נישט די רוסישע שריט און דרוקט אויס האפענונג פאר א סאמיט אין די צוקונפט, און שרייבט בלויז אז ער וועט אפהאלטן דעם זיצונג ״ווען די סיטואציע וועט זיך אויסקלארן״.

סייבער אטאקע אויף ״הילטאן״ עפעקטירט 500 מיליאן מענטשן

א העק אינעם קאמפיוטער סיסטעם פונעם הילטאן האטעל נעץ האט עפעקטירט איבער 500 מיליאן קליענטן. עס איז אויפגעדעקט געווארן די העקערס האבן באקומען צוטריט זינט 2014 צו אלע טעקעס (=פיילס) פון די הילטאן קליענטן. דער העק איז דרוכגעפירט געווארן אויף איין לאקאל פון הילטאן אין ענגלאנד און אזוי ארום האט דער העקער באקומען צוטריט צו די דאטאבאזע פון הילטאן מיט צוטריט צו פריוואטע אינפארמאציע פון הונדערטער מיליאנען, דאס נעמט אריין נעמען, פאספארט נומערן, און געבורט-דאטומען. הילטאן האט ארויסגעשיקט א מעלדונג צו אלע אירע קליענטן און געסט צו איינמעלדן איבער דעם פראבלעם און געעפנט א ספעציעלער וועבזייטל צו העלפן יעדער איינער וואס איז עפעקטירט געווארן.

Content Divider

       בני בינה ימי שמונה – בגימטריא = כולל חצות

די מצוה פון נר חנוכה איז משתחשך. די הייליגע לעכט און נעכט פון חנוכה – וואס ווייזן אויף די אור התורה – שיינען אריין א געוואלדיגע אור אין די פינסטערניש פונעם נאכט – די טונקעלע גלות. “כולל חצות” שפיגלט אפ דעם חנוכה מיט די שענסטע פארבן א גאנץ יאר. די תורה פון די געהויבענע לומדי הכולל שיינט אריין אינעם בריאה. די גאנצע וועלט האט בזכותם א קיום

קבעו שיר ורננים – אין רנה אלא תפילה
ס’ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש די געוואלדיגע כח וואס ס’האבן די וואס זענען עוסק בתורה בלילות אין די בחינה פון “צדיק גוזר והקדוש ברוך הוא מקיים”. צוליב דעם שטעלט “כולל חצות” פאָר א מבצע-חנוכה פון “אכט טעג” תפילות אין “אכט” באזונדערע מקומות, וואו די כולל אינגעלייט וועלן אויסבעטן רפואות און ישועות פאר די אלע חשוב’ע תומכים וואס נעמען א טייל אין שטיצן די גרויסע תורה אימפעריע – כולל חצות העולמי.

CLICK HERE

איבערגעמאכטע נאפט״א אפמאך אונטערגעשריבן

אין א גראנדיעזע צערעמאניע וואס איז היינט אפגעהאלטן געווארן אין בוענעס-איירעס ארגענטינע האבן זיך פארזאמלט די דעלעגאציעס פון אמעריקע, קאנאדע, און מעקסיקא, אין שפיץ פון דער אמעריקאנער און מעקיסקאנער פרעזידענטן און דער קאנאדישער פרעמיער, און עס איז אונטערגעשריבן געווארן דעם איבערגעמאכטן נאפט״א אפמאך וועלכע טוישט געוויסט דעטאלן אינעם 35 יעריגער נאפט״א אפמאך, און אויך געטוישט דעם נאמען צו אמעריקע-קאנאדע-מעקסיקא אפמאך. דער אפמאך איז אויסגעהאמערט געווארן נאך לאנגע חדשים פון פארהאנדלונגען, אבער עס דארף נאך באקומען די באשטעטיגונג פון די געזעצגעבער אין אלע דריי לענדער, און עס קען זיך מעגליך אנשטויסן אין קענגערשאפט אינעם דעמאקראטיש-קאנטראלירטע קאנגרעס, וויבאלד דעמאקראטן האבן שוין געזאגט אז זיי ווילן אריינשטעלן נאך זאכן אינעם אפמאך צו געבן מער שוץ פאר ארבייטער-פאראיינען (יוניאנ׳ס).

טראמפ פארטיידיגט רוסישע ביזנעס פארבינדונגען

נאכדעם וואס עס איז נעכטן קלאר געווארן אז דער מולער אויספארשונג איז פארנומען מיט׳ן אריינקוקן אין טראמפ׳ס ביזנעס אינטערעסן אין רוסלאנד איז פרעזידענט טראמפ גענומען אן אפענסיווע טאן קעגן דעם מולער אויספארשונג און עס ווידער אראפגעריסן אלס א ״מכשפות-געיעג״ און פארטיידיגט זיינע ביזנעס פארבינדונגען אין רוסלאנד, טראץ וואס ער האט ביז יעצט עס קאטעגארישע געלייקנט. דאס קומט נאכדעם וואס טראמפ׳ס לאנג-יעריגער אדוואקאט מייקל כהן האט איבערגעגעבן אינפארמאציע פאר די מולער שטאב איבער א וואלקן קראצער וואס טראמפ האט פרובירט צו בויען אין מאסקווע אין 2016 אין ברען פונעם קאמפיין, אבער טראמפ שרייבט אויף טוויטער אז דער פלאן איז נישט געווען ערנסט און ער האט נישט אראפגעלייגט קיין געלט, טראמפ האט אויך אראפגעריסן זיין אדוואקאט אלס א ״זייער שוואכער און נארישער מענטש״ און האט אויך געזאגט אז דער פראיעקט איז נישט געווען קיין סוד און ״יעדער האט געוויסט דערפון״.

אמעריקאנער לופט אטאקע אין אפגאניסטאן קאסט 23 ציווילע פאטאליטעטן

דער יו-ען האט געמאלדן אז אן אמעריקאנער לופט אטאקע אינעם העלמאנד פראווינץ אין אפגאניסטאן האט געקאסט 23 פאטאליטעטן, אריינגערעכנט 8 פרויען און 10 קינדער, און ווארנט אז די צאל ציווילע פאטאליטעטן איז שטארק געשטיגן אין די לעצטע יאר נאכדעם וואס אמעריקע האט אונטערגענומען א נייע סטראטעגיע אין אפגאניסטאן וואס פארלאזט זיך מער אויף לופט אטאקעס. דער אטאקע איז פארגעקומען דעם דינסטאג ווען אן אמעריקאנער העליקאפטער האט געהאלטן אפגאנער קרעפטן וועלכע האבן אפגעהאלטן שלאכטן מיט טאליבאנער, די פענגטאגאן האט געזאגט אז זיי פארשן נאך דעם אינצידענט.

Content Divider
Content Divider

סיטי-בייק פראגראם דראסטיש אויסגעברייטערט 

דער פאפולארער בייק-שערינג פראגראם איבער ניו יארק סיטי וועט פארטריפלט ווערן נאכדעם וואס דער פראגראם איז איבערגענומען געווארן דורך די ׳קאר-רייד שעירינג׳ פירמע ׳ליפט׳ וועלכע האט פארשפראכן צו אריינלייגן איבער 100 מיליאן דאלער אין  דעם פראגראם, און עס צו פארברייטערן צו אמווייניגסטנס דריי-פאכיג, וואס באדייט אז די יעצטיגע 12,000 ביציקלעך וועלן פארטריפלט ווערן צו איבער 36,000 ביציקלעך

אונטער דעם אויסברייטערונג וועלן פילע נייע געגענטער אויך באקומען די ׳דאקינג סטאנציעס׳ און עס וועלן זיין פיל מער סטאנציעס צו פארלייכטערן דעם צוגאנג פאר נאך הונדערטער טויזנטער ניו יארקער צו געניסן פון דעם לייכטן וועג צו ארומפארן. עס וועט אויך צוגעלייגט ווערן ׳פעדאל סקאָטער׳ס׳ וועלכע זענען לעצטנס שטארק פאפולער.

דאס ווערט שטארק באגריסט דורך באאמטע און ניו יארקער איינוואוינער וויבאלד עס קען שטארק פארלייכטערן טרעפיק, ספעציעל אין ליכט פון די אפשליסונג פונעם L באן ליניע וואס לאזט איבער צענדליגע טויזנטער מיט א געברויך פאר אן אלטערנאטיווע וועג צו פארן קיין מאנהעטן.

ערשטע פאזע פון ״לעגווארדיע״ אויסברייטערונג פארענדיגט

נאך לאנגע יארן פון פארשפרעכונגען און ערווארטונגען וועט מארגן באנייט ווערן די ערשטע שפאגל נייע פליגל וואס איז צוגעלייגט געווארן צום ניו יארקער ״לע-גווארדיע״ לופטפעלד, דער נייער פליגל וועט פארמאגן 18 געיטס, און 11 וועלן געעפנט ווערן מארגן, און נאך זיבן וועלן ווארטן ביז אין 2020 ווען דאס גאנצע פליגל ווערט פארפולקאמט ווערן.

דאס איז א טייל פון דעם ״טערמינאל B״ פראיעקט וועלכע וועט צולייגן נאך 6 אזעלכע פליגלן, און אלעס אינאיינעם ווערט צוגעלייגט 72 פרישע געיטס, און צוויי מאסיווע ״אנקום און ארויספאר״ זאלן וועלכע וועלן אינאיינעם זיין איבער 2.7 מיליאן סקווער פוס, און וועט אפקאסטן א געשאצטע 8 ביליאן דאלער.









 

JP News
1471 55 St. Brooklyn NY 11219

info@jpnewsny.com
Want to changehow you receive these emails?

 

Twitter Facebook link

 


 


Follow us!