Feine Neies – Health #17


 


JPUpdates Logo


מאנטאג פנחס
י״ח תמוז תשע״ח

ספעציעלע ביילאגע #16

JPUpdates Logo
 


עסן און פארדייען געזונט
עסן געזונט פארמאגט אין זיך צוויי טיילן, קודם צו אויסוועלן די ריכטיגע געזונטע און נארהאפטיגע עסנווארג, אבער אויך ״וויאזוי״ צו עסן, און געוויסע מומחים האלטן אז דאס איז נאך וויכטיגער ווי דאס ערשטע.

דער פארדייאונג סיסטעם פארנעמט א קריטיש וויכטיגע ראלע אין די אלגעמיינע געזונהייט צושטאנד, לויט די אור-אלטע כינעזער מעדיצינישע טראדיציע איז דער פארדייאונגס סיסטעם דער צענטער פונעם מענטש און דאס האט א דירעקטער עפעקט אויף די פונקציעס פונעם מח, הארץ און אלע אנדערע ארגאנען.

די מעדיצינישע וועלט קומט נענטער און נענטער צום זעלבן מסקנה, אז א געזונטע פארדייאונגס סיסטעם מיינט סיי א געזונטערע פיזישע צושטאנד, אבער איז אויך קריטיש וויכטיג פארן גייסטישן געזונט, עס איז אויפגעוויזן געווארן א דירעקטע פארבינדונג צווישן די פונקציע פון די קישקעס און אויפגעלייגטקייט און דעפרעסיע.

כאטש וואס טייל מענטשן ליידן אויף פארדייאונגס פראבלעמען צוליב גענעטישע סיבות, זענען אבער כמעט אלע פארדייאונגס פראבלעמען פארבינדען צום לעבנס שטייגער און עסן געוואוינהייטן, און עס קען פילפאכיג פארגרינגערט ווערן דורך לערנען וויאזוי צו עסן און פארדייען.

עסן שנעל
דער רבוש״ע האט אין אונז אריינגעלייגט א וואונדערליכער פארדייאונג סיסטעם וואס פארמאגט פארשידענע שטאפלן וועלכע באהנדלן דאס עסנווארג וואס מיר נעמען אריין, דאס ערשטע איז די ציין וואס צוקלאפט דאס עסנווארג, און דאן די שפייעכץ וואס נעצט אדורך דאס עסנווארג מיט פארשידענע ענזיימס וואס העלפן צום פארדייען.

אויב פעלט איין חלק פונעם פארדייאונג דאן וועט דאס האבן אן עפעקט אויף דאס גאנצע פארדייאונגס סיסטעם, דעריבער אויב ווערט דאס עסן נישט גוט צוקייט, און באקומט נישט די נויטיגע באהאנלונג און מויל דאן פארשווערט דאס אויף די אינערליכע פארדייאונגס סיסטעם.

אזוי אויך צייגן שטודיעס אז די קישקעס דארפן האבן א ״ווארנונג״ אז זיי דארפן אנהייבן ארבייטן, און דאס קומט דורך דעם וואס מען קייט אין מויל, אבער אויב שלונגט מען גלייך אראפ טוט דאס לייגן דרוק אויף די קישקעס און שטערט איר פונקציע, און מען קען אזוי אנטוויקלן פארדייאונגס פראבלעמען.

א לעצטערע שטודיע דורכגעפירט אין יאפאן צייגט אז מענטשן וואס עסן שנעל זענען 5 מאל מער אויסגעשטעלט צו קראנק ווערן מיט מעטאבאלישע און כראנישע מחלות וועלכע זענען פארבינדען צום פארדייאונגס סיסטעם, און אזוי אויך בלוט דרוק און דייעביטיס.

עסן שטייטליך

עסן שטייט האט אסאך געזונהייט מעלות, אויסער די שעדליכקייט פון עסן שנעל וועט עסן שטייט אויך אויטאמאטיש ברענגען דערצו אז מען עסט ווייניגער און געזונטער.

מענטשן וואס האבן זיך איינגעוואוינט צו עסן שנעל איז גאנץ שווער צו טוישן דאס געוואוינהייט, אבער פאלגנד זענען עטליכע זאכן וועלכע קענען העלפן זיך איינגעוויינען צו עסן געזונטער און שטייטער:

זעצט אייך אראפ – עס נישט ביים גיין אדער שטיין, מאך א געוואוינהייט אז מען זיצט ביים עסן, דאס וועט אייך דערמאנען אז עסן איז א פראצעדור אויף וועלכע מען דארף צולייגן קאפ, און אזוי אויך ווען מען ״כאפט״ עסט מען געווענליך מער וויפיל מען דארף.

לעש אויס דעם טעלעפאןווען איר עסט קוקט אויפ׳ן טעלער, נישט אויפ׳ן טעלעפאן, ביכל, צייטונג, עס איז וויכטיג צו קאנצעטרירן אויפ׳ן עסן און געדענקן צו עסן געלאסן און רואיג.

30 מאל – דאס בעסטע וועג צו פארבעסערן דאס עסן איז דורך ציילן דאס קייען, אזוי ארום געוויינט מען זיך צו מיט די צייט ביז עס ווערט א צווייטער נאטור, געזונהייט עקספערטן ראטן צו קייען יעדעס עסנווארג אמווייניגסטנס 30 מאל.

עסט קלייניגקייטן צווישן מאלצייטןאיינע פון די סיבות פארוואס מען עסט שנעל איז וויבאלד מען קומט צום טיש אויסגעהונגערט, דעריבער איז ראטזאם צו עסן קלייניגקייטן צווישן מאלצייטן, און אזוי ארום עסן אלעמאל רואיג און געלאסן.

Image Alternative Text

האלטן דעם זעלבן דאקטאר איז לעבנסוויכטיג

א שטודיע צייגט אז פאציענטן וועלכע האלטן דעם זעלבן דאקטאר לענגאויס די יארן האבן א בעסערע שאנס אין זיך האלטן געזונט און לעבן לענגער אין דורכשניט, א ברייטע שטודיע האט געצייגט אז פאציענטן וועלכע האלטן דעם זעלבן דאקטאר פאר לאנגע יארן ספראווען זיך בעסער מיט כראנישע פראבלעמען און לעבן לענגער.

די בענעפיט פון זען דעם זעלבן דאקטאר זענען אפילו דער נייער דאקטאר פארמאגט אלע מעדיצינישע רעקארדס, וויבאלד דער דאקטאר קען טיילמאל באמערקן א מינדערוויכטיגע טויש אינעם פאציענטס געזונט וואס א נייע דאקטאר קען פארזען, ספעציעל מיט כראנישע פראבלעמען וואס דארף כסדר׳דיגע באגלייטונג.

קאליפארניע פארבאט שטייערן אויף זיסע טרינקן

פילע דאקטוירים און געזונהייט עקספערטן ווארענען אז עס זיסע געטראנקן איז אן עפידעמיע וועלכע ברענגט מחלות און איבערוואג, און מאנכע פארגלייכן עס צו די שעדליכקייט פון רייכערן ציגארעטליך.

טראץ וואס אין פילע שטעט אין אמעריקע איז דא א שווערע שטייער אויף ציגארעטליך איז עס נישט לייכט צו דורכפירן דאס זעלביגע אויף זיסע טרינקן, די לאביאיסטן פון די ריזיגע פירמעס ארבייטן שווער צו באקעמפן יעדע פרואוו צו ארויפלייגן אזא שטייער.

אין קאליפארניע האבן אבער עטליכע שטעט ארויפגעלייגט א שטייער אויף זיסע געטראקן, דאס האט געברענגט צו א שווערע קאמפיין פון די סאדע אינדוסטרי אויפ׳ן סטעיט לעוועל, און נאך א פארצויגענע קאמפיין איז זיי געלונגען צו באאיינפלוסן דער סטעיט לעגיסלאטור צו דורפירן א געזעץ וואס פארבאט לאקאלע רעגירונג פון ארויפלייגן שטייערן אויף געטראנקן און עסנווארג פאר 12 יאר.

דאס איז א גרויסע זיג פאר די סאדע אינדוסטרי, נאכדעם וואס זיי האבן אפגעהאלטן ענדליכע נצחונות אין א רייע שטאַטן איבער אמעריקע מיט געזעצן וועלכע שטערן דעם וועג פאר מוניציפאליטעטן וועלכע ווילן  באשיצן דאס געזונט פון אירע איינוואוינער.

גרויסע פירמעס שפרינגען אריין אינעם העלט קעיר מארקעט

אין די צייט וואס דער אמעריקאנער העלט קעיר אינדוסטרי איז צובראכן און מיליאנען אמעריקאנער קענען זיך נישט ערלויבן קיין מעדיצינישע באהאנדלונג טוען פילע אויסדריקן האפענונג אז דער פריוואטער סעקטאר זאל ראטעווען דעם מצב.

טראץ וואס כמעט אלע אינדוסטריס זענען געטוישט געווארן פון דעם אינטערנעט קאמערץ רעוואלוציע ווען מער און מער קויפן איין אנליין אנשטאט אין געשעפטן איז אבער דער דראג-מעדיצין אינדוסטרי ביז היינט געבליבן טראדיציאנאל און כמעט אלע אמעריקאנער קויפן זייער מעדיצינען אין איינע פון די גרויסע פארמאסי נעצן.

דעריבער האבן פילע אויפגענומען מיט פרייד די נייעס אז דער אנליין ריז עמעזאן איז אריינגעשפרונגען אין דעם מארקעט און וועט אנהייבן פארקויפן אלע סארטן מעדיצינען אנליין, נאכדעם וואס זי האט אפגעקויפט א קליינע אנליין דראגס פירמע, פילע האלטן אז דאס וועט נידערן די שרעקליך הויכע מעדיצינען פרייזן.

״נאכט פויגלעך״ מער אויסגעשטעלט צו דעפרעסיע

א נייע שטודיע טוט פעסטשטעלן אז מענטשן וואס האבן א געוואוינהייט צו זיין וואך ביינאכט און אריינשלאפן ביז שפעט זענען מער אויסגעשטעלט צו ליידן פון דעפרעסיע.

דער שטודיע אויף איבער 34,000 מענטשן האט זיך אנגעהויבן ווען קיינער פון זיי האט נישט באריכטעט קיין דעפרעסיע פראבלעמען, און מען האט זיי אבזערווירט פאר עטליכע יאר, אריינגערעכנט זייער שלאף געוואוינהייטן.

נאך ארום א יאר האבן איבער 2000 באריכטעט אז זיי ליידן אויף דעפרעסיע, און די פארשער האבן געזען אז ווי שפעטער מען לייגט זיך שלאפן אלס גרעסער איז דער ריזיקע צו אנטוויקלן דעפרעסיע, מענטשן וואס שטייען אויף פריער ווי נארמאל זענען 12 פערצענט ווייניגער אויסגעשטעלט צו אנטוויקלן דעפרעסיע ווי א דורכשניטליכער מענטש.

Image Alternative Text









 

Our Mailing Address is:
1471 55 St. Brooklyn NY 11219
info@jpupdates.com
update your preferences or unsubscribe from this list
 

סגולה לשמירת עינים ולהצלחה להינצל מחטא
וִיהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ ה’ אֱ-לֹהֵינוּ וֵא-לֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ שֶׁתַּרְגִּילֵנוּ בְּתוֹרָתֶךָ. וְדְבִּקֵינוּ בְּמִצְוׂתֶיךָ. וְאַל תְּבִיאֵנוּ לֹא לִידֵי חֵטְא. וְלֹא לִידֵי עֲבֵרָה וְעָוֹן. וְלֹא לִידֵי נִסָּיוֹן. וְלֹא לִידֵי בִזָּיוֹן. וְאַל יִשְׁלוֹט בָּנוּ יֵצֶר הָרָע. וְהַרְחִיקֵנוּ מֵאָדָם רָע וּמֵחָבֵר רָע. וְדַבְּקֵנוּ בְּיֵצֶר טוֹב וּבְמַעֲשִׂים טוֹבִים. וְכֹף אֶת יִצְרֵנוּ לְהִשְׁתַּעְבֶּד לָךְ.

 

Twitter Facebook link

 


 


Follow us!