Feine Neies – Health #18


 


JPUpdates Logo


מאנטאג מטות מסעי
כ״ו תמוז תשע״ח

ספעציעלע ביילאגע #18

JPUpdates Logo
 


די שעדליכקייט פון זון שטראלן

יעצט אין די זומער טעג פארברענגען מיר אלע מער צייט אונטער די זון, און עס קומט אלעמאל ארויף די פראגע אויב עס איז געזונט צו זיין אויסגעשטעלט דירעקט צו די זון שטראלן, און ווי שטארק מען דארף זיין געווארן זיך צו באשיצן מיט זון-קרעם אדער קליידונג.

פילע מענטשן גלייכן צו ווערן אביסל טונקעלער פון די זון, אבער עס איז וויכטיג צו וויסן אז לעצטערע שטודיעס צייגן אז אומבאשיצטע זון שטראלן איז פיל ארגער ווי מען האט אמאל געמיינט און אלע דאקטוירים ווארענען היינט איבער זיין אויסגעשטעלט פאר א לאנגע צייט צו די זון שטראלן.

די זון געט ארויס א ראדיאקטיווע שטראל וואס רופט זיך אולטרע-וויאלעט UV שטראלן, און לויט לעצטערע געפינסן איז דאס דער אורזאך פון איבער 90% פעלער פון הויט קענסער, ספעציאליסטן זאגן היינט אז עס איז אין קיין שום פאל נישט ראטזאם צו זיין דירעקט אויסגעשטעלט צו זון שטראלן.

זון שטראל מאכט פרוכט און גרינצייג וואקסן,עס געט אונז וויטאמין די, און אָן דעם איז נישטא קיין לעבן אויף דער וועלט, אבער זיין דירעקט אויסגעשטעלט צו שארפע זון שטראלן איז שעדליך און מען דארף עס פארמיידן פאר יעדן פרייז.

ווער דארף זיין ספעציעל געווארנט

יעדער איינער דארף זיין געווארנט פון זון שטראלן, אבער געוויסע דארפן זיין מער געווארנט, דאס נעמט אריין מענטשן מיט א שטארק ליכטיגע הויט, מענטשן מיט ליכטיגע האר קאליר, און אזוי אויך די וועלכע האבן פרעקעלס אדער געבורט צייכנס אויפ׳ן קערפער.

פארשער זאגן אז די מיט די אויבנדערמאנטע הויט אומשטענדן זענען מיט 50% מער אויסגעשטעלט צו ליידן פון הויט קענסער, און דארפן דעריבער זיין מער געווארנט. אזוי אויך איז וויכטיג צו וויסן אז יעדעס מאל וואס מען איז אויסגעשטעלט צו זון פארגרעסערט עס דעם געפאר, און די געזונטהייט שאדן זאמלט זיך אן צוביסלעך.
 

וויאזוי באשיצט מען זיך?

דאס בעסטע זאך איז צו זיין אונטער שאטן, ספעציעל צווישן 10 אינדערפרי ביז ארום 4 אזייגער נאכמיטאג ווען די זון איז שארף, עס איז קריטיש וויכטיג זיך צו באשיצן מיט זון-קרעם, אבער עס איז אויך גוט צו זיין גענצליך איבערגעדעקט מיט לייכטע קליידער און טראגן א ברייטע קאפ צודעק און זון ברילן.

ביים קויפט זון ברילן (=סאן גלעסעס) איז וויכטיג צו זיכער מאכן אז עס טוט בלאקירן די אולטרע וויאלעט שטראלן, און אז שרייבט ארויס אז עס איז blocks UV און דאס זעלבע איז ביים קויפן זון-קרעם, עס איז וויכטיג דאס זעלבע צו זיכער מאכן ביים קויפן זון קרעם אז עס איז עפעקטיוו קעגן UV שטראלן.

עס איז וויכטיג צו געדענקן אז אויך קליינע קינדער קענען ליידן פון קאמפליקאציעס ביים ווערן אויסגעשטעלט צום זון, דעריבער מאכט זיכער צו מיטשיקן זון-קרעם מיט אייער קינד אין קעמפ, און אפילו פיצלעך קינדער פון 6 חדשים און העכער איז ראטזאם צו באשמירן מיט זון-קרעם ווען זיי גייען ארויס אונטער די זון.

לעצטערע שטודיעס צייגן אז די מערסט שעדליכע עפעקט פון זון שטראל זענען אויף קינדער ביז 20 יאר אלט, דעריבער איז וויכטיג אויך פאר בחורים און מיידלעך צו זיין געווארנט און נוצן זון שטראלן.

 

וועלכע זון קרעם צו קויפן?

ביים קויפן זון קרעם קען מען ווערן צומישט פון די ברייטער אויסוואל, עס איז דעריבער וויכטיג צו קויפן פון א גוטע און פארלעסליכע ברענד.

אזוי אויך מאכט זיכער אז עס האט א מינימום פון 25 SPF און אז עס באשיצט פון אלע סארט שטראלן, און אז עס האט broad spectrum protection וואס מיינט אז עס באשיצט פון אולטרע וויאלעט עי (uva) און אולטרע וויאלעט בי (uvb) 

אולטרע וויאלעט עי און אולטרע וויאלעט בי זענען צוויי אנדערע סארט שטראלן וואס קומען פון די זון, און ביידע קענען זיין שעדליך, און דעריבער איז וויכטיג צו זיין אויפמערקזאם ביים קויפן זון-קרעם וויבאלד געוויסע זון-קרעם טוט נאר טיילווייז באשיצן פון די שעדליכע שטראלן.

עס איז אויך וויכטיג צו וויסן אז זון-קרעם טוט נישט גענצליך באשיצן פון די שעדליכקייטן, און עס איז אייביג ראטזאם אויך צו האבן אן היטל און קליידונג וואס באשיצט דאס קערפער.

אויב נוצט מען עס ביים שווים באסיין אדער ביים וואסער איז אייביג גוט צו קויפן וואטער-פרוף זון-קרעם וואס האלט זיך אין וואסער, און עס איז גוט צו שמירן פון דאסניי יעדע צוויי שעה אויב מען פארברענגט אינדרויסן.
 

צו דארף מען נישט וויטאמין די?

פילע מענטשן זוכן דווקא צו געניסן אביסל פון די זון צו באקומען וויטאמין די, א וויטאמין וואס רוב מענטשן פארמאגן צו ווייניג, און די זון שטראלן שענקט אוצרות דערפון.

וויטאמין די איז קריטיש וויכטיג פאר׳ן מענטשליכן געזונט, און עס שטעלט זיך ארויס אלס א באשיצער פון פארשידענע סארט קענסערס, און נאך פארשידענע געזונהייט בענעפיטן.

די זון האט נאך שטארקע געזונהייט בענעפיטן, אבער מען באקומט דאס אויך אויב מען איז באשיצט מיט זון-קרעם, און אזוי אויך פון פארברענגען קורצערע צייטן אונטער די זון, אויב פארברענגט מען מער ווי א האלבע שעה אונטער די זון אן קיין זון-קרעם איז זיכער די שאדן מער ווי די פארדינסט.

Image Alternative Text

איז לעיסיק אפעראציע טאקע אינגאנצן זיכער?

לעיסיק אפעראציע איז א גאר פארגעשריטענע אפעראציע וועלכע העלפט טויזנטער פטור צו ווערן פון זייערע אויגנגלעזער, און איז פאררעכנט צו זיין זייער א זיכערער און אומשעדליכע פראצעדור. עס איז דא א גרויסע קאנקורענץ אין די אינדוסטרי און איז דעריבער טוען אלע קליניקס נוצן אגרעסיווע אדווערטייזמענט טאקטיקן וועלכע שטרייכן אונטער די בענעפיטן אבער קיינער רעדט נישט איבער די פאקט אז פילע וועלכע זענען אריבער דעם פראצעדור רעדן זיך אפ אויף שווער זייטיגע עפעקטן.

די אפעראציע איז באשטעטיגט געווארן דורך די עף-די-עי אין 1990 און איבער 9.5 מיליאן אמעריקאנער זענען אריבער דעם פראצעדור, און עס ווערט באטראכט צו זיין רעלאטיוו גענצליך אומשעדליך.

דער ״ניו יארק טיימס״ האט דעריבער צוזאמענגענומען א רייע פון פאציענטן וועלכע זענען אריבער דעם פראצעדור און רעדן זיך אפ אז טראץ וואס עס האט געלעזט דעם פראבלעם פון זען אביעקטן וועלכע זענען ווייט האט עס געהאט אנדערע עפעקטן אויף זייער זעה קראפט.

איינער פון זיין זעט אצינד אלע דריי-מאל, ער פלעגט טאקע נישט קענען זען געשריבענע אותיות פון דערווייטנס און אצינד זעט ער זיי קלאר, אבער ער זעט זיי דריי מאל, א זאך וואס מאכט אים צומישט און עס האט צושטערט זיין לעבן.

א לעצטערע איבערזיכט פון די עף-די-עי צייגט אז ארום האלב פון די וועלכע זענען אריבער דעם אפעראציע האבן באריכטעט געוויסע זייטיגע עפעקטן אויף זייער זע קראפט, אין רוב פעלער זענען זיי מינדערוויכטיג און אויך צייטווייליג, אבער אין געוויסע פעלער ליידן די פאציענטן פון לאנג-טערמיניגע שאדן.

דער ״ניו יארק טיימס״ שרייבט אינעם ארטיקל אז א גרויסע טייל פון די שטודיעס וועלכע הייבן ארויס די זיכערהייט פון לעיסיק אפעראציעס זענען אייגטליך פינאנצירט דורך די פירמעס וועלכע פראדוצירן די טעכנאלאגיע פאר דעם פראצעדור, און עס קומט פאר א סיסטעמאטישע מאניפולאציע צו באהאלטן די שעדליכע זייט דערפון.

לויט די ניו יארק טיימס טוען ארום האלב פאציענטן ליידן פון טרוקענע אויגן פאר לאנגע יארן, און ארום 20% ליידן פון ווייטאג אויף די אויגן פאר א לאנגע צייט נאך די אפעראציע, ארום 40% האבן באריכטעט אז זיי זענען געווארן סענסעטיוו צו ליכטיגקייט, און ארום 40% האבן באריכטעט אז עס איז זיי שווער צו דרייוון ביינאכט אדער טון ארבייט וואס פאדערט שטארקע קאנצעטראציע פונעם זעה קראפט.

פרישע קענסער מעדיצין, עסט אויף קענסער צעלן

די מעדיצינישע וועלט איז אויף אין די לעצטע טעג מיט א פרישע מעדיצין וועלכע וויסנשאפלער האבן אנטוויקלט און ברענגט א שטארק האפענונג פאר קענסער ליידנדע, און פראבעס מיט בעלי חיים ווייזן אז עס האט גוטע אויסזיכטן צו היילן קענסער.

דער מעדיצין טוט פארשטערקערן די ווייסע בלוט צעלן און מאכט געווענליכע בלוט צעלן מער אגרעסיוו און ברענגט איר צו ״אויפעסן״ די אינפעסטירער קענסער צעלן, די ווייסע צעלן זענען די הויפט באשיצער פונעם מענשטליכן אימיון סיסטעם, אבער ביז יעצט זענען זיי געווען הילפסלאז ווען עס איז געקומען צו קענסער.

די ערפונדער האבן שוין באקומען א לייסענס פאר פראבעס, און זאגן אז לויט די יעצטיג פארשריט וועט מען עס שוין קענען נוצן ביז עטליכע יאר פאר קענסער ליידנדע.

עירליין מאנשאפט האבן העכערע ראטעס פון קענסער

א לעצטערע שטודיע דעקט אויף אז צווישן פליגער מאנשאפט מאכט זיך מער פעלער פון קענסער ווי אין די אלגעמיינע באפעלקערונג, דאס איז צוליב אומגעווענליכע שלאף שטונדען, און אזוי אויך געוויסע ראדיאציע פון מאשינען צו וואס זיי זענען אויסגעשטעלט אין די לופטן.

די ברייטער שטודיע האט גענומען טויזנטער פלייט אטענדענטס אין איין גרופע, און נאך א גרופע פון טויזנטער אין בערך די זעלבע עלטער און געזונט צושטאנד, און זיי האבן באאבאכט אז געוויסע סארטן קענסער טרעפט זיך פילפאכיג מער צווישן די וועלכע ארבייטן אויף פליגערס.

געוויסע סארטן קענסער האט מען געפונען 4 מאל מער צווישן פלייט אטענדענטס, און די אנפירער פונעם שטודיע זאגן אז די עירליין אינדוסטרי דארף טרעפן א וועג וויאזוי צו פארזיכערן זייערע ארבייטער, און אויך זיי צושטעלן פינאנציעלע הילף פאר זייערע געזונהייט קאסטן.

שפיטאל עוועקיואירט נאך שעדליכע וויירוס אויסגוס

דער בארימטער ״זשאן האפקינס״ שפיטאל אין באלטימאר איז טיילווייז עוועקיואירט געווארן נאך א שעדליכע לעבארטאריע עקסידענט אין וועלכע א ארבייטער האט אויסגעגאסן א סעמפל פונעם שעדליכן טובערקעלאזעס וויירוס.

די צוויי געביידעס וועלכע זענען פארבינדן זענען גענצליך עוועקיואירט געווארן און אלע וואס האבן זיך דארט געפונען זענען אפגעפירט געווארן פאר אונטערזוכונגען אין די צייט וואס די לאקאלע פייער לעשער האבן גענצליך אפגעשפארט די גאסן ארום.

עס האבן זיך אויסגעגאסן בלויז עטליכע טראפן, אבער דער וויירוס איז גאר שעדליך און אגרעסיוו און עס איז דעריבער גענומען געווארן עקסטרעמע זיכערהייטס מאנסאמען, און נאך עטליכע שטונדן ווען עס איז קלאר געווארן אז קיינער איז נישט אנגעשטעקט געווארן איז די געביידע געעפנט געווארן נאכדעם וואס עס איז געווארן אויסגערייניגט דורך עקספערטן.

Image Alternative Text









 

Our Mailing Address is:
1471 55 St. Brooklyn NY 11219
info@jpupdates.com
update your preferences or unsubscribe from this list
 

סגולה לשמירת עינים ולהצלחה להינצל מחטא
וִיהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ ה’ אֱ-לֹהֵינוּ וֵא-לֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ שֶׁתַּרְגִּילֵנוּ בְּתוֹרָתֶךָ. וְדְבִּקֵינוּ בְּמִצְוׂתֶיךָ. וְאַל תְּבִיאֵנוּ לֹא לִידֵי חֵטְא. וְלֹא לִידֵי עֲבֵרָה וְעָוֹן. וְלֹא לִידֵי נִסָּיוֹן. וְלֹא לִידֵי בִזָּיוֹן. וְאַל יִשְׁלוֹט בָּנוּ יֵצֶר הָרָע. וְהַרְחִיקֵנוּ מֵאָדָם רָע וּמֵחָבֵר רָע. וְדַבְּקֵנוּ בְּיֵצֶר טוֹב וּבְמַעֲשִׂים טוֹבִים. וְכֹף אֶת יִצְרֵנוּ לְהִשְׁתַּעְבֶּד לָךְ.

 

Twitter Facebook link

 


 


Follow us!