Feine Neies – Health #19


 


JPUpdates Logo


מאנטאג דברים
ד׳ אב תשע״ח

ספעציעלע ביילאגע #20

JPUpdates Logo
 


איז מילכיגס געזונט?

מען האלט יעצט אין די 9 טעג ווען אידן עסן אסאך מילכיגס. מילכיגע פראדוקן זענען אין צענטער פון א שטארקע דיסקוסיע אין די געזונהייט געמיינדע אויב עס איז טאקע וויכטיג פאר׳ן געזונט, אדער גאר אומגעזונט און ראטזאם צו פארמיידן.

ווען מען טרונקט מילעך נעמט מען אריין א קארבאהיידרעט וואס רופט זיך לאקטאז, א צוזאמענשטעל פון גלוקאז און גאלאקטאז, צוויי סארטן צוקער, וואס דאס קערפער דארף פארדייען אויף צו געניסן דערפון.

אינטרעסאנט צו באמערקן אז איבער די וועלט זענען ארום 75% ערוואקסענע איינגעטליך נישט אויסגעשטעלט דאס צו פארדייען ווי עס דארף צו זיין, און א טייל האבן אלערגישע רעאקאציעס דערצו.

אין אפריקע צום ביישפיל זענען ארום 90% לאקטאז-אומטאלעראנט, און אזוי אויך אין סאוט אמעריקע, בלויז אין אונזער טייל פון די מערב וועלט קענען א מערהייט מענטשן פארטראגן מילך און מילכיגס, וויבאלד מען האט זיך צוגעוואוינט דורכאויס הונדערטער יארן.

מילך פארמאגן גאר אסאך וויכטיג פראטאין, קאלסיום, וויטאמין סי, און פאטאסיום, און נאך צענדליגע וויטאמינען, און דאס איז די סיבה פארוואס עס איז גאר געזונט פאר קינדער צו אנטוויקלן געזונטע ביינער, און לויט געוויסע עקספערטן אויך פאר ערוואקסענע.

אבער אנדערע זאגן אז די געזונהייט בענעפיטן זענען אייגנטליך איבערגעטריבן, און זאגן אז מיליכיגע פראדוקטן פארמאגן אויך באשטאנדטיילן וועלכע זענען לויט געוויסע שטודיעס פארבינדן צו קענסער און ווייזן אן אויף די פילע וועלכע זענען אלערגיש דערצו אלס באווייז אז עס האט מער שאדן ווי נוצן.

אבער וואס אלע זאגן איז אז עס איז ראטזאם צו נוצן מילך און מילכיגס פון קיען וועלכע מען פיטערט געזונטע גראז, אויב מעגליך ארגאניש, און אזוי אויך נוצן פעטע מילך און קעז, נישט די וועלכע מען האט זיך ארומגעשפילט צו אראפנעמען פעטנס.

צו פארמאגט קאווע געזונטהייט בענעפיטן?

עס זענען דא פארשידענע מיינונגען איבער קאווע, וואס איז זיכער איז אז צופיל קאווע איז נישט גוט, ספעציעל אויב לייגט מען צו צוקער, אבער עס איז כמעט נישטא א זאך וואס צופיל דערפון איז געזונט, שטודיעס צייגן אז א נארמאלע מאס פון קאווע פאר ערוואקסענע האט אייגנטליך פארשידענע געזונט בענעפיטן.

די ערשטע בענעפיט פון קאווע איז גאנץ באקאנט, נעמליך עס העכערט די ענערגיע, קאנצטעראציע, מוטיגקייט. דאס ארבייט דורך דעם וואס קאפאין בלאקירט געוויסע כעמיקאלן אינעם מח און ערלויבט א פלוס פון דאפאמין און אנדערע כעמיקאלן וועלכע טוען אויפלעבן און אויפהייטערן. קאווע איז דאס מערסט באנוצטע דראג, און ווארשיינליך מיט די ווייניגסטע זייטיגע עפעקטן.

שטודיעס צייגן אז קאווע פארמאגט אויך א צאל וויכטיג וויטאמינען פאר׳ן קערפער, ספעציעל עטליכע סארטן וויטאמין בי וואס רוב מענטשן דארפן האבן מער דערפון, און עס העלפט קעגן דעפרעסיע, און העלפט זיך האלטן גוטמוטיג.

לויט עטליכע שטודיעס טוט קאווע אויך פארמיידן טייפ 2 דייעביטיס, א מחלה וואס איבער 300 מיליאן מענטשן ליין דערויף, עס איז נישט קלאר די סיבות דערפאר אבער א רייע שטודיעס צייגן אז צווישן קאווע טרינקער איז דא צווישן 25% ביז 50% ווייניגער וואס ליידן אויף צוקער.

נאך א רייע שטודיעס האבן געצייגט אז קאווע העלפט פארמיידן דימענציע אויף דער עלטער, אזוי אויך פארקינסאנס, און געוויסע שטודיעס צייגן אז עס האט א פאזיטיווע עפעקט אויף די לעבער, און אזוי אויך העלפט עס קעגן דעפרעסיע.

פארשטייט זיך אז דאס איז בלויז איין זייט פונעם מטבע, און עס זענען דא אנדערע שטודיעס וועלכע ווייזן אן אויף פארשידענע פראבלעמען וואס קאווע ברענגט מיט זיך, אבער וואס איז זיכער איז אז אין א גלעזל קאווע מיט צוקער איז די צוקער פיל מער אומגעזונט ווי די קאווע.

פארשידענע געטראנקן קענען העלפן מיט וואג פארלוסט

רעדנדיג פון קאווע איז אינטרעסאנט צו אויפברענגען אז קאווע, און נאך געטראנקן זענען לויט פארשידענע שטודיעס הילפבאר אין פארלירן וואג, פאלגנד זענען א רייע געטראנקן וועלכע העלפן פארלירן וואג. 

גרינע טיי – גרינע טיי איז א גאר געזונטע געטראנק, עס פארמאגט געזונטע אנטיאקסידענטס און גוטע וויטאמינען, און קען אויך העלפן פארלירן וואג, עטליכע שטודיעס האבן געצייגט אז טרונקן גרינע טיי העלפט פארברענען קערפער פעטנס, איין שטודיע האט געצייגט אז די וועלכע האבן געטרונקן גרינע טיי מיט א הויכע קאנצעטראציע פאר 12 וואכן האבן פארלוירן אין דורכשניט מיט 7 פונט מער ווי די אנדערע גרופעס.

קאווע – די דיסקוסיע אויב קאווע איז געזונט אדער נישט איז נאכנישט געלעזט געווארן, עס זענען דא פארשידענע מיינונגען ווי געזונט אדער נישט געזונט קאווע איז, אבער פארשידענע שטודיעס צייגן אז קאווע העלפט פארלירן וואג און פארברענען קערפער פעטס, און איז אויך רייך אין אנטי-אקסאדענטן, עס איז פארשטייט זיך ראטזאם צו טרונקען אן צוקער, ווייל אויב לייגט מען צו צוקער איז יצא שכרו בהפסדו.

שווארצע טיי – שווארצע טיי האט אנדערע נאטורליכע אייגנשאפטן פון גרינע טיי, אבער איז אויך בייהילפיג פאר א דיעטע, שווארצע טיי האט זיך ארויסגעשטעלט צו העלפן פארלירן וואג סיי צוליב איר הויכע דאזע פון אנטי-אקסידענטן, און אזוי אויך ווייל עס זעטיגט און איז א גוטע ערזאץ פאר זיסע געטראנקן א.ד.ג

וואסער – יעצט זומער איז גאר וויכטיג צו טרונקען וואסער, ווי מען האט איבערגעשמועסט פאריגע וואך, אבער אויסער דעם האט וואסער נאך א סגולה. טרונקן אסאך וואסער העלפט פארלירן וואג, א שטודיע מיט 48 איבערוואגיקע ערוואקסענע האט געצייגט אז די וועלכע האבן געטרונקן צוויי גלעזער וואסער פאר יעדע מאלצייט האבן פארלוירן מיט 44% מער ווי אנדערע.

Image Alternative Text

וואס געשעט צו אייער קערפער ווען איר פארלירט שלאף?

עס איז אבער וויכטיג נישט צו נוצן קאווע אלס ערזאץ צו א גוטע נאכט שלאף. גאנץ אפט שניידט מען שעות פון שלאף צו קענען נאכיאגן די ארבייט, אבער דאס איז א גאר שלעכטע געדאנק סיי פראקטיש, וויבאלד מידערהייט איז מען פיל ווייניגער פראדוקטיוו, און אזוי אויך שטעלט מען אריין דאס געזונט אין געפאר.

זכרון – שלאפן ווייניגער שעדיגט דעם זכרון, ביים שלאפן טוט דער מח באארבייטן די פרישע אינפארמאציע, און שיקט עס צו די מח קעמערליך, אויב שלאפט מען נישט גוט ווערט די זכרון געשעדיגט.

דעפרעסיע – גאר אסאך שטודיעס צייגן א דירעקטע פארבינדונג צווישן שלאפלאזיגקייט און דעפרעסיע, און אויב האלט דאס אן א לענגערע צייט קען מען אויך אנטוויקלן ערנסטערע סארט דעפרעסיע, און עס קען פירן צו מאניק-דעפרעסיע ביי די וועלכע זענען אויסגעשטעלט דערצו.

אימיון סיסטעם – שוואכע שלאף, אדער ווייניג שלאף טוט שווער עפעקטירן דעם אימיון סיסטעם, ביים שלאפן טוען אויך אונזער אינערליכע ארגאנען זיך אפרוען, אויב שלאפט מען ווייניג בארויבט מען זיי אויך פון זייער נויטיגע מנוחה און עס שעדיגט זייערע פונקציעס. דאס ערלויבט פארשידענע וויירוסעס און באקטעריעס זיך צו אריינבאקומען אינעם קערפער און אנמאכטן שאדנס.

הארץ – ווייניג שלאף שאדט פאר׳ן הארץ, אז מען באקומט נישט גענוג שלאף גייט ארויף די בלוט דרוק, די בלוט צירקולאציע ווערט צושטערט און עס האט א דירעקט עפעקט אויפ׳ן הארץ, ביים שלאפן רוט זיך דער הארץ אפ און דער אטעם איז פארשטייטערט, דאס פעלט זיך אויס פאר א געזונטע הארץ.

דאס איז בלויז א טייל פון די שאדנס וואס שלאפלאזיקייט ברענגט צום קערפער, עס איז דעריבער וויכטיג צו געדענקן אז עס קומט זיך פאר׳ן קערפער אמווייינגסטס 7 אדער 8 שעה פון שלאף יעדן טאג.

היץ כוואליע ברענגט געפאר פון היץ-סטראוק

אין די לעצטע וואכן שטייט מען אויס א פרעצעדענטלאזע היץ-כוואליע אין ניו יארק, דאס ברענגט ארויף די וויכטיגקייט צו זיין געווארנט איבער היץ סטראוקס, א טויטליכע ערשיינונג וואס קאסט פילע לעבנס יעדן זומער.

היץ סטראוק פאסירט ווען די קערפער קען זיך נישט אליין אפקילן, און די אינערליכע היץ שטייגט צו א געפארפולע שטאפל, די ערשטע סימפאטעמן זענען צומישטקייט, מוסקל ווייטאג, קאפוויי און איבלן. 

א היץ סטראוק קען קומען מיט ברעכן, שנעלע הארץ קלאפענישן, די אויגן זענען נישט אין פלאץ, און ספעציעל אויב קומט עס אינאיינעם מיט א אויפהער פון שוויצן דארף מען זאפארט גיין אין שפיטאל.

א היץ סטראוק קען זיין פאטאל אויב באקומט מען נישט קיין זאפארטע באהאנדלונג, עס איז דעריבער וויכטיג צו זיין אויפמערקזאם, און אויב מאכט זיך אזעלכע סימפאטמען זאל מען תיכף דאס ערשטע זאך זיכער מאכן צו ארייננעמען דעם באטרעפנדן אין א קילן פלאץ און באלד אלאמירן הילף. 

געריכט אורטייל קעגן קינדער-פאודער פון זשאנסאן און זשאנסאן

די פירמע זשאנסאן ענד זשאנסאן וואס פראדוצירט די קינדער פאודער האט געליטן א געריכטליכע נידערלאגע נאכדעם וואס א ריכטער האט זיי פאראדנט צו צאלן 4.7 ביליאן דאלער פאר 22 פרויען וואס זאגן אז זיי האבן באקומען קענסער צוליב די פראדוקטן.

די פאודער ווערט געמאכט פון א טאלק פאודער וועלכע געפונט זיך טיילמאל צוזאמען מיט די שעדליכע אזבעסטאס מינעראל וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין שעדליך און עס ברענגט קענסער, אין די לעצטע יארן זענען געווען פילע באשולדיגונגען אז די פאודער פארמאגט אין זיך אזבעסטאס, אבער די פירמע האט דאס קאטעגאריש געלייקנט.

נאך א לענגערע פראצעס אין א געריכט אין מיזורי האט די זשורי געאורטיילט קעגן די פירמע און דער ריכטער האט צוגעטיילט אנטשעדיגונגס געלטער פאר יעדע פון די פרויען אין א סך הכל פון איבער 4.7 ביליאן דאלער, אבער די פירמע האט פארשפראכן צו אפעלירן דעם אורטייל.

Image Alternative Text









 

Our Mailing Address is:
1471 55 St. Brooklyn NY 11219
info@jpupdates.com
update your preferences or unsubscribe from this list
 

סגולה לשמירת עינים ולהצלחה להינצל מחטא
וִיהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ ה’ אֱ-לֹהֵינוּ וֵא-לֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ שֶׁתַּרְגִּילֵנוּ בְּתוֹרָתֶךָ. וְדְבִּקֵינוּ בְּמִצְוׂתֶיךָ. וְאַל תְּבִיאֵנוּ לֹא לִידֵי חֵטְא. וְלֹא לִידֵי עֲבֵרָה וְעָוֹן. וְלֹא לִידֵי נִסָּיוֹן. וְלֹא לִידֵי בִזָּיוֹן. וְאַל יִשְׁלוֹט בָּנוּ יֵצֶר הָרָע. וְהַרְחִיקֵנוּ מֵאָדָם רָע וּמֵחָבֵר רָע. וְדַבְּקֵנוּ בְּיֵצֶר טוֹב וּבְמַעֲשִׂים טוֹבִים. וְכֹף אֶת יִצְרֵנוּ לְהִשְׁתַּעְבֶּד לָךְ.

 

Twitter Facebook link

 


 


Follow us!