Feine Neies – Health #20


 


JPUpdates Logo


מאנטאג ואתחנן
י״א אב תשע״ח

ספעציעלע ביילאגע #21

JPUpdates Logo
 


Image Alternative Text

קינדער דאקטוירים אפעלירן צו מינימיזירן באנוץ פון כעמיקאלן אין עסנווארג

א גרופע פון איבער 67,000 פידיאטרישענס איבער אמעריקע זענען ארויסגעקומען מיט א פרעצעדענטלאזע ווארנונג אז עלטערן זאלן זיין געווארנט צו מינימיזירן די צאל כעמישע באשטאנדטיילן וואס קליינע קינדער נעמען אריין אין זיך, און ספעציעל אז מאמעס זאלן זיין געווארנט דערוועגן פאר׳ן געבורט.

דער ווארנונג זאגט אז שטודיעס צייגן אז דאס שטארק פארשפרייטע באנוץ פון כעמיקאלן אין עסנווארג שטערט דאס נאטורליכע אנטוויקלונג פון קינדער, און שטערט די נאטורליכע באלאנס פון די הארמאנען, א זאך וואס פירט צו איבערוואג און כראנישע מחלות ל״ע.

דער ווארנונג זאגט אז מען זאל ווי ווייט מעגליך פארמיידן עסנווארג וועלכע זענען קאנזערווירט (קומען אין קענס) אזוי אויך גערייכערטע און פארפאקטע פליישן, אדער אין פלאסטיק, און ספעציעל נישט צו אנווארעמען עסנווארג אין פלאסטישע געשיר, וויבאלד פלאסטיק פארמאגט אין זיך כעמיקאלן וואס גייען אריין אין די עסן.

שטוינענדע רעזולטאטן אין פארשונג פון קאנאביס אויל

א שטודיע וואס האט באטראכט די מעגליכע געזונטע אייגנשאפטן פון סי-בי-די אויל פונעם קאנאביס פלאנץ צייגט אומגלויבליכע רעזולטאטן. 

אינעם קאנאביס פלאנץ געפונען זיך באשטאטנדטיילן פון וועלכע מען מאכט דראגס באקאנט אלס מאריחואנא, און דאן איז אויך דא א חלק דערפון וואס רופט זיך סי-בי-די, מען קען דאס נעמען אין פארעם פון אויל אדער שמירעכץ.

לעצטנס האט די מעדיצינישע וועלט אנדעקט פילע גאר וואונדערליכע אייגענשאפטן וואס דער סי-בי-די אויל פארמאגט, צווישן אנדערע צו פארמינערן כראנישע ווייטאגן און העלפן איינשלאפן, אבער דער לעצטע שטודיע צייגט אז עס קען העלפן פאר קינדער מיט אוטיזעם.

אינעם שטודיע וואס איז אפגעראכטן געווארן אין ארץ ישראל האבן זיך באטייליגט איבער 60 קינדער וואס זענען דיאגנאזירט געווארן מיט אוטיזעם, און זענען באהאנדלט געווארן מיט קאנאביס אויל פאר 6 חדשים.

נאך 6 חדשים האבן איבער 80% פון די עלטערן באריכטעט א באדייטנדע שינוי לטובה אין די אויפפירונג פון די קינדער, אבער 60% האבן געזאגט אז זיי האבן געזען א ״דראסטישע״ טויש, ספעציעל ווען עס קומט צו פאניק אטאקעס וואס אזעלכע קינדער ליידן אפט.

״נאטורליכע באהאנדלונגען״ זענען שעדליך פאר קענסער פאציענטן

פילע וואס ליידן אויף קענסער ל״ע און גייען אריבער מעדיצינישע באהאנדלונגען נעמען אין די זייט אויך פארשידענע נאטורליכע באהאנדלונגען וועלכע ווערן פארקויפט אפיציעל אלס מיטלן צו היילן דעם מחלה אדער פארגרינגערן די סימפטאמען.

אזוי אויך זענען דא וואס וועלן אויס זיך צו באהאנדלן בלויז מיט נאטורליכע מיטלן. וויבאלד זיי ווילן נישט ליידן די שווערע זייטיגע עפעקטן פון כעמאטעראפי.

אבער א לעצטע שטודיע וואס האט אריינגענומען איבער 1,290 ליידנדע צייגט אז אין רוב פעלער טוען די סארט מיטלן גאר ארגער מאכן, וויבאלד זיי שטערן דעם מעדיצינישן פראצעדור. און כמעט אלע וועלכע האבן זיך באנוצט בלויז מיט די מעטאדן האבן נישט איבערגעלעבט מער פון 5 יאר ה״י.

אמעגא-3 טאבלעטן איז נישט קיין ערזאץ פאר פיש

א פאראיין פון מעדיצינישע פארשער זאגן אז זיי האבן נאכגעפאלגט איבער 100,000 מענטשן וועלכע נעמען אריין טעגליך אן אמעגא-3 טאבלעט מיט פיש פעטנס, און זאגן אז עס שטעלט זיך ארויס אז עס העלפט גאנץ ווייניג פאר׳ן געזונט פונעם הארץ.

אזוי ווי פילע וויכטיגע וויטאמינען איז פיש פעטנס גאר געזונט פאר׳ן הארץ און נאך קערפערליכע פונקציעס, אבער דאס ארייננעמען אין א פארעם פון א טאבלעט שטעלט זיך ארויס צו האבן א מינמימאלע עפעקט אויפ׳ן קערפער וויבאלד דאס סיסטעם שפייט דאס כמעט גענצליך אויס.

אין די זעלבע צייט זאגן זיי אבער אז עסן פעטע פיש שטעלט זיך ארויס צו זיין גאר געזונט, און זיי רעקאמענדירן צו עסן פיש כאטש צוויי מאל א וואך, צווישן די פעטע פיש רעכנט זיך טונא, סעלמאן, און מאקערעל.

Image Alternative Text









 

Our Mailing Address is:
1471 55 St. Brooklyn NY 11219
info@jpupdates.com
update your preferences or unsubscribe from this list
 

סגולה לשמירת עינים ולהצלחה להינצל מחטא
וִיהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ ה’ אֱ-לֹהֵינוּ וֵא-לֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ שֶׁתַּרְגִּילֵנוּ בְּתוֹרָתֶךָ. וְדְבִּקֵינוּ בְּמִצְוׂתֶיךָ. וְאַל תְּבִיאֵנוּ לֹא לִידֵי חֵטְא. וְלֹא לִידֵי עֲבֵרָה וְעָוֹן. וְלֹא לִידֵי נִסָּיוֹן. וְלֹא לִידֵי בִזָּיוֹן. וְאַל יִשְׁלוֹט בָּנוּ יֵצֶר הָרָע. וְהַרְחִיקֵנוּ מֵאָדָם רָע וּמֵחָבֵר רָע. וְדַבְּקֵנוּ בְּיֵצֶר טוֹב וּבְמַעֲשִׂים טוֹבִים. וְכֹף אֶת יִצְרֵנוּ לְהִשְׁתַּעְבֶּד לָךְ.

 

Twitter Facebook link

 


 


Follow us!