JP Business And Finance #15


 


JPUpdates Logo


מיטוואך פנחס
כ”א תמוז תשע״ח
ביזנעס און פינאנץ 15
JPUpdates Logo
 


יסודות’דיגע ביזנעס הדרכה

 פרעגט נאר סיי וועמען. אויף דער פראגע “וואס איז דאס א ביזנעס?” וועט איר בדרך כלל באקומען אן ענטפער ווי, “א מיטל צו מאכן געלט.” דורכ’ן טאן ביזנעס ברענגט מען אריין אין שטוב לחם לאכול ובגד ללבוש, און אזוי קען מען זיך אויסלעבן די יארן. ס’איז פשוט אז ביזנעס קען נישט באטראכט ווערן ווי אן ענין וואס ווערט געטאן “כאפּ-לאפּ”, מיט אן אויג אויפ’ן ענדגילטיגן ציל – מאכן געלט. כדי צוצוקומען מצליח צו זיין אין ביזנעס דארף דער ביזנעס פארמאגן א סטרוקטור וויאזוי ער איז אויסגעשטעלט, און אויף דעם דארף אויפגעבויט ווערן א געלונגענע סטראטעגיע וויאזוי דער ביזנעס זאל בעז”ה מצליח זיין.

שטעלט זיך פאר אז יאסל בעל-עגלה פירט זיין ביזנעס אויף אזא אופן: יעדן טאג ווען ער באקומט א באשטעלונג אז איינער וויל מיט אים פארן ערגעצוואו, לאזט ער זיך פריער ארויס צום וואלד און זוכט אפיר א דיקן, געזונטן בוים. איינמאל ער אידענטיפיצירט א בוים וואס שטימט מיט זיינע געברויכן, נעמט ער אפיר א גרויסן זעג, און ארבעט עטליכע שעה דעם בוים אפצוזעגן. פארטיג מיט דער עבודה, צעשניידט ער דעם בוים אויף דיקע רעפטלעך, און זוכט אויף פיר פון אן אייניגן מאס. באלד דערויף לאזט ער זיך ארויס פון וואלד, שלעפט ארויס זיין וואגן פון גאראדזש, און באפעסטיגט די האלץ-שטיקער אלץ פיר רעדלעך אויף זיין וואגן, און… ויסעו, מ’פארט! איינמאל ער ענדיגט די רייזע, נעמט ער אראפ זיינע רעדלעך און ווארפט זיי אוועק. ‘דער וואגן האט נישט קיין פלאץ אין סטארעדזש מיט די רעדער אויף דעם,’ פארענטפערט ער זיך

איין טאג טרעפט אים א ידיד און פרעגט אים, “פארוואס דארפסטו פריש שניידן רעדער פאר יעדער נסיעה? ענדערש לייג אריין דיינע כוחות אויף צו טרעפן א פאסיגן ארט וואו זיי צו האלטן פון רייזע ביז רייזע, כדי דו זאלסט נישט דארפן יעדעס מאל אנפאנגען פריש פון אל”ף!” גאנץ פשוט’ער ייעץ, אבער בעת אלע פון אונז פארשטייען עס לגבי די פיר רעדער פון יאסל בעל-עגלה, דארפן מיר אביסל בעסער צולייגן קאפ ווען מיר רעדן פון די דריי אבסטראקטע רעדער אויף וועלכע א ביזנעס פארט.

אויסערליך קוקט טאקע א ביזנעס אויס ווי א חטיבה אחת – “יאנקל’ס שוך פאבריק” איז וואס? פשוט, א שוך פאבריק! דער אמת איז אבער אז די סטרוקטור פון א ביזנעס באשטייט פון עטליכע חלקים און יעדער פון זיי האט באזונדערע פונקציעס.

 
פראדוקטן און סערוויס

וואס פארקויפט אייער פירמע? וואס שטעלט זי פאָר? וואספארא פראדוקטן אדער סערוויסעס? אט דער חלק פון דער פירמע באשטייט פון דעם ענטפער צו די אלע פראגעס וואס ווערן פארגעשטעלט דורך מענטשן וועלכע פאראינטערעסירן זיך איבער וואס איר טוט פאר פרנסה.

וואס טוט איר עפעס פאר פרנסה, ר’ יאנקל?”

אה, איך? זינט ווען ביסטו אינטערעסירט אין מיין וואוילזיין, שלמה? אבער אלנפאלס – אז דו ווילסט שוין יא וויסן, נאדיר מיין ביזנעס קארטל: איך האנדל מיט שיך.”

אט אזוי גייט א טיפּישער שמועס מיט איינעם וועלכער פרעגט אן אויף פרנסה; די נקודה וואס מען ברענגט ארויס בעת’ן אידענטיפיצירן דעם מקור הפרנסה אין קורצן. אט דאס איז דער ערשטער חלק פון וואס דער ביזנעס באשטייט – פראדוקטן און סערוויסעס. דער שיך סוחר פארקויפט שוך – א פראדוקט; דער בארבער שערט קעפ – א סערוויס; דער גראסערי מאן פארקויפט עסנווארג און שטוב פראדוקטן, וכדומה.

זעלבספארשטענדליך אז יעדער ביזנעסמאן טראגט אן אחריות פון ברייט באקאנט מאכן פאר דער עפנטליכקייט אז ער שטעלט צו דעם און דעם פראדוקט אדער אזא און אזא סערוויס. אזוי, אז פאטענציעלע קונים זאלן וויסן זיך צו ווענדן צו אים.

 
מארקעטינג און פארקויפונגען

יעדער ביזנעס פארמאגט אויך א צווייטן חלק – מארקעטינג און פארקויפונגען. דאס איז שוין א שטאפל ווייטער פון פראדוקטן און סערוויסעס. למשל, אויב איינער פארמאגט א ביזנעס געבויט אויף א סערוויס, א בארבער-שאפ; ער באשעפטיגט זיך מיט’ן גאָלן די קעפ פון מענטשן. אויף דער פראגע וואס זיין ביזנעס איז וועט ער אוודאי ענטפערן, “א בארבער.” אבער ווען מען וועט אריינגיין אביסל טיפער וועט ארויסקומען דעם “מארקעטינג און פארקויפונגען” חלק. דאס מיינט וואס דער בעל הביזנעס האלט בנוגע זיינע פראדוקטן אדער סערוויס; וואס איבערצייגט אים אז זיין פראדוקט איז בעסער פון אנדערע; וואס גיט אים זיכערקייט אז עס זענען דא סיבות זיך שערן דעם קאפ ביי אים ענדערש ווי ביים צווייטן בארבער, בלויז א גאס ווייטער. אדער ביים שיך סוחר: פארוואס האלט ער אז זיינע שיך זענען פון א בעסערער קוואליטעט ווי א צווייטנ’ס, אדער אז זיין “פיט” איז מער פראפעסיאנעל ווי דעם אנדערנס.

פונקט ווי ביי דעם פראדוקט און סערוויס חלק, ליגט אַן אחריות אויף דעם ביזנעס מאן אז די יתרונות פון זיינע פראדוקטן און סערוויסעס זאלן באקאנט ווערן. ער דארף זען אז אלע פאטענציעלע קונים זאלן פארשטיין די סיבות פארוואס דווקא צו קומען צו אים און נישט צו זיין קאנקורענט.

 
אדמיניסטראציע

אויב די פריערדיגע צוויי חלקים זענען גלייך צו די שעה- און מינוטן-ווייזערלעך אויף א זייגער, איז דער דריטער חלק, “אדמיניסטראציע”, גלייך צו די טיף-באגראבענע מעכאניזמען באהאלטן פון די אויגן וועלכע דער זייגער פארמאגט.

מאחורי הפרגוד פון יעדן ביזנעס זענען דא די טויזנטער דעטאלן וועלכע דער דרויסנדיגער מענטש וועט קיינמאל נישט זען פאר די אויגן. צווישן זיי געפינט זיך: אוועקשטעלן די פרייזן, חשבונות וויפיל די פירמע פארדינט, א דין וחשבון אויף די ארבעטער ווער עס מאכט א גוטע ארבעט און ווער עס קען נוצן א דאזע חיזוק. עס זענען פאראן די בוכהאלטעריי חשבונות – וויפיל עס איז דער ציל צו פארדינען, וועכנטליך, חודש’ליך און יערליך; וויפיל קעש דער ביזנעס מוז האבן טאג טעגליך און וויפיל קען אינוועסטירט ווערן אין מארקעטינג אדער אין דעם ביזנעס זעלבסט. און זעלבספארשטענדליך האט דאך יעדער ביזנעס זיינע אייגנארטיגע סודות וועלכע מען וויל חלילה נישט אז זיי זאלן ארויסרינען.

דאס אלעס איז א חלק פון “אדמיניסטראציע.”

 
די טיילן צונויפגעפלאכטן

אט האבן מיר געזען דעם ענטפער צו דער פראגע “וואס איז דאס א ביזנעס?” מיר זענען קלאר געווארן מיט די דריי עיקר’דיגע חלקים, די דריי רעדער אויף וועלכע א ביזנעס פארט: פראדוקטן און סערוויסעס, מארקעטינג און פארקויפונגען, און אדמיניסטראציע.

אין דעם בייגעלייגטן דיאגראם זעט איר די דריי חלקים רעפרעזענטירט אין רינגעלעך. וואס די דיאגראם קומט אונז אבער בעיקר לאזן הערן איז דער פאקט אז די דריי רינגעלעך זענען נישט אפגעזונדערט איינס פון דעם צווייטן, נאר איינס גייט איבער דער אנדערער. יעדער פון די דריי חלקים טרעט אריין אין דער טעריטאריע פון די אנדערע צוויי – אלעס איז געקניפט און געבינדן. אינדערמיט, פונקט אין צענטער פון דער צונויפגעקנוילטער רינגלעך-פארבינדונג, שטייט א פארלוירענע פערזאן מיט’ן טיטל “Owner” – דער אייגנטימער פונעם ביזנעס. ער איז אחראי אויף אלע דריי חלקים; ביי אים געפינט זיך דער צוזאמטרעף-פונקט וואו אלע דריי חלקים עקזיסטירן אינאיינעם.

וואס, אייגנטליך, טוט דאס אלעס סימבאליזירן?

יעדער ביזנעס איז צוזאמענגעשטעלט פון די פריערדערמאנטע טיילן, און אין דעם איז נישט קיין נפקא מינה צווישן א ביזנעס וואס איז באזירט אויף אן איינצלנעם מענטש מיט א ביזנעס, און א ביזנעס וועלכער פארמאגט עטליכע ארבעטער (מער וועגן דעם, שפעטער). אין אלע פעלער איז דער ביזנעס צעטיילט אין די דריי טיילן, און עס איז איבעראל אייניג וויכטיג צו וויסן וויאזוי צו קאנטראלירן איינס אין באצוג צו דעם אנדערן. צי עס איז בנוגע פירן די דריי חבורות ארבעטער וועלכע פירן די באזונדערע חלקים פון דער פירמע, צי עס איז בנוגע סארטירן אין מוח א ריכטיגן ביזנעס מהלך וויאזוי אומצוגיין מיט די אלע טיילן פון דעם ביזנעס. ווי שוין פריער דערמאנט, זענען אלע חלקים פארבינדן איינס מיט’ן צווייטן. כאטש זיי ווערן איינגעטיילט אין באזונדערע איינהייטן, טרעטן זיי שטענדיג ארויס פון די אייגענע גדרים און קריכן אריבער דעם צוים צום שכן.

גרויסע סאפיסטיקירטע שיפן ווערן געבויט אויף אן אופן אז אויב א חלק פון דער שיף ווערט געלעכערט, קען יענער חלק הערמאטיש פארשלאסן ווערן אזוי אז דאס וואסער זאל זיך נישט אריבערגיסן צו די אנדערע חלקים פון דער שיף און זי גענצליך זינקען אין דעם וואסער. די חלקים פון א ביזנעס זענען ממש פארקערט, נישט נאר וואס אין א קריטישער צייט קען מען נישט אפשליסן איין חלק פון די איבריגע חלקים, נאר אלע טיילן זענען אינגאנצן געקניפט מיט די אנדערע. אויב איין חלק פון דער ביזנעס-שיף זינקט, וועלן אלע חלקים נידערן במצולות ים. אויב איין טייל שטעלט זיך אפ צוליב סיי וועלכער סיבה, שטעלט זיך דער גאנצער ביזנעס אפ. אזוי ווי א קייט פון זייגערלעך וואס איינס דרייט דעם צווייטן – אויב איינס שטעלט זיך אפ, וועט זיך אלעס אפשטעלן.

אויב פארמאגן מיר א קייט פון זייגערס וואו אלעס דרייט זיך מכח דעם פריערדיגן זייגערל, פארשטייען מיר דאך אז דער ערשטער זייגער דארף האבן א מקור פון ענערגיע פון וואנעט ער נעמט דעם כח זעלבסשטענדיג צו דרייען אלע נאכפאלגענדע זייגערלעך. אין פאל פון א ביזנעס, איז דער אייגנטימער דער וואס דרייט דעם ערשטן זייגערל און איז דער מקור פון ענערגיע אז אלעס זאל זיך קענען ווייטער דרייען. דאס איז די ראלע פון דעם אייגנטימער אין א ביזנעס; כדי אז אלעס זאל לויפן כראוי, און ער זאל קענען זיין פארנומען מיט’ן בויען זיין ביזנעס ווייטער, דארף ער אריינלייגן די ענערגיע אין דעם ביזנעס אזוי אז דורך דעם זאל אלעס קענען ווייטער פארן.

אין דעם דיאגראם קענט איר זען אז דער בעל-הבית אינדערמיט האט באמת נאר א קליינעם שייכות מיט אלעם וואס גייט פאר אין דער פירמע. אין זיין טעריטאריע קריכן אריין בלויז קליינע פראצענטן פון די דריי חלקים פון דער פירמע. דאס איז ווייל דער אייגנטימער קען נישט זיין פארנומען מיט יעדן פרט קטן פון דער פירמע; ער וויל דאך אז דער ביזנעס זאל וואקסן. דעריבער דארף ער טאן אזויפיל אז מכח זיין ענערגיע זאל דער ביזנעס קענען לויפן אויף די אייגענע פיס.

 
די מטרה: א ביזנעס אויף די אייגענע פיס

שטעלט זיך די פראגע, וויאזוי שטעלט מען אוועק א ביזנעס אז די זייגערלעך פון די דריי חלקים זאלן זיך קענען דרייען מיט א שטאנדהאפטיגן סיסטעם, אן דעם וואס דער אייגנטימער זאל דארפן טאן מער ווי די מינימאלע ארבעט וואס פארלאגט זיך פון אים אין דעם ביזנעס זעלבסט.

כדי צוצוקומען צו דעם מוז מען צוערשט האבן די ידיעה; מען דארף וויסן אז עס דארף זיין א סיסטעם וואס פון דעם רירט מען זיך נישט אוועק. פון דארט און ווייטער דארף מען ארבעטן אויף דעם פאקטישן סיסטעם דורך איינשפאנען א וועג אז אלעס זאל לויפן אין קאארדינאציע; אלע ארבעטער זאלן וויסן וואס צו טאן, וויאזוי עס צו טאן, און א קלארן מהלך מיט אנווייזונגען.

ווען א סוחר הייבט אן א ביזנעס, דארף ער תיכף אוועקשטעלן זיין מהלך. דער מהלך דארף ווערן רעפלעקטירט אין יעדן אספעקט פון דעם ביזנעס; ביים אויפהייבן דעם טעלעפאן, ביים דעליווערן סחורה, ביים איינקויפן פאר דער פירמע, און ביים האנדלען מיט קונדן. דער דאזיגער מהלך דארף זיין א טבע-שני ביי אלע מיטארבעטער אין דער פירמע, און עס דארף אזוי קענען פארן על מי מנוחות.

חוץ מזה, דארף זיין דער ביזנעס פארמאגן א סיסטעם וואס זאגט וויאזוי צו באהאנדלען אינטערעסע-קאנפליקטן צווישן די באזונדערע חלקים פון דער פירמע. לדוגמא: דער ממונה אויף מארקעטינג און פארקויפונגען פון “יאנקל’ס שוך פאבריק” באשליסט אז כדי צו קענען אפעקטיוו קאנקורירן מיט א דערנעבנדיגן געשעפט, מוז מען ארויסגיין אין אן אדווערטייזינג-בליץ. פון דער אנדערער זייט טענה’ט אבער דער וועלכער איז באאויפטראגט אויף דעם אדמיניסטראציע חלק אז איצט, ווען עס איז נישטא קיין איבעריג געלט, איז נישט לאגיש צו פארנוצן דאס ביסל געלט אויף א חלום אז דאס וועט אריינברענגען מער; דאס געלט דארף ענדערש פארנוצט ווערן אויף אינערליכע צוועקן, אויפצובויען די פירמע פון אינעווייניג.

וויאזוי גיט מען זיך אן עצה צווישן די צוויי דעות? דער סיסטעם וואס מען שטעלט איין אין דעם ביזנעס דארף דאס קענען לעזן.

א ביזנעס וואס פארמאגט א סיסטעם וואס שטעלט אוועק די גענויע פריאריטעטן, האט א פינקטליכן פלאן וויאזוי דער ביזנעס דארף צו לויפן, וויאזוי אלע אפטיילונגען דארפן קאלאבארירן איינע מיט דער צווייטער. ווען עס מאכט זיך א דורכפאל אין דער פירמע אלץ רעזולטאט פון אינערליכער פארנאכלעסיגונג, קען מען דורך דעם איינגעשטעלטן סיסטעם קלאר דעפינירן וואס די פראבלעם באדייט, אידענטיפיצירן וואו די פראבלעם האט זיך געשאפן, און טייטלען מיט’ן פינגער אין וועלכן טייל פון דעם ביזנעס די ארבעטער האבן פארנאכלעסיגט זייער התחייבות.

מיר האבן בעיקר גערעדט פון גרעסערע ביזנעסער וועלכע פארמאגן עטליכע ארבעטער וועלכע זענען באאויפטראגט אויף די פארשידענע פונקציעס אין דער פירמע (כאטש עס איז וויכטיג צו וויסן אז יעדער ביזנעס מיט ווייניגער פון 25 ארבעטער ווערט אפיציעל באטראכט ווי א “Small Business” – קליינער ביזנעס). דאס אלעס איז אבער אויך שייך אפילו ביי א ביזנעס וואס האט נאר איין ארבעטער וואס איז ממונה אויף אלע דריי חלקים. דער אייגנטימער פון דעם ביזנעס דארף זיין עומד על גביו, און מיט דעם אוועקגעשטעלטן סדר קענען אנווייזן פאר’ן ארבעטער פאר וועלכן חלק צו שענקען פריאריטעט און וועלכן צו לאזן צייטווייליג אין דער זייט; וואס צו טאן ערשט און וואס צו טאן דערנאך; וואס שפילט א וויכטיגערע ראלע – און ווען.

דאס איז אויך נוגע פאר ביזנעסער וועלכע פארמאגן בכלל נישט קיין ארבעטער. יעדער מענטש וואס פירט אליין א ביזנעס פארמאגט אין קאפ עטליכע חלקים וועלכע דאמינירן זיינע ביזנעס-באשלוסן. פון איין זייט איז פאראן דער שעפערישער חלק, דאס איז וואו מען קומט אויף מיט נייע געדאנקען וועלכע קענען זיין בייהילפיג פאר דעם ביזנעס. פון דער אנדערער זייט איז דא דער פירערשאפט חלק – דאס איז דער חלק אין מח וואס העלפט פראקטיש פירן דעם ביזנעס אויף די ריכטיגע רעלסן.

דער ביזנעסמאן דארף האבן ביי זיך אוועקגעשטעלט זיין סיסטעם וויאזוי צו וויסן ווען זיך צו בייגן צו דעם רוף אויף שעפערישקייט, און ווען צו טאן למעשה, זאכליכע פראיעקטן אין דעם ביזנעס. ער דארף פארשטיין וויאזוי זיך צו האלטן צו א פארגעשריבענעם סדר און נישט פארלוירן ווערן אין די כוואליעס פון קעגנזייטיגע מחשבות וועלכע שטורעמען אן אויפהער.

אין אלע פעלער, סיי ווען מער פארמאגט עטליכע ארבעטער, סיי ווען מען האט בלויז איין ארבעטער, אדער אפילו ווען מען איז איינער אליין אין דעם ביזנעס, דארף מען באלאנצירן די דריי חלקים פון דעם ביזנעס, לויט ווי דער סיסטעם איז אוועקגעשטעלט געווארן פון אנפאנג אן.

דער פאקט אז אויב האט מען א פארגעשריבענעם סיסטעם לויפט דער ביזנעס אין א רוטינעם ראד, טוט באשטייערן צו א פיל רואיגערער אטמאספערע אינערהאלב דעם ביזנעס, און ברענגט א רואיגקייט וואס איז נישט מעגליך צו שפירן ווען מען דארף יעדן טאג פריש ארויסגיין אין וואלד כדי צו שאפן שפאגל נייע רעדער. און ווי די שפריכווארט גייט: סדר המלאכה חצי מלאכה – אז עס איז דא א סדר אין דער ארבעט, האט מען שוין עלימינירט האלב פון דער ארבעט.

דער מיסט מיליאנער

א פּיקאָפּ-טראק רייזע צו מולטי-מיליאנערסקער באנק קאנטע

 

מיר זענען געוואוינט צו טראכטן אז כדי מצליח צו זיין אין ביזנעס פעלט זיך זייער א סך השתדלות און א נאך גרעסערן סכום געלט. ווען א מענטש קוקט זיך אן, איינער אליין מיט בלויז זיין קאפּ און צוויי הענט, און משל’ט זיך אויס אלס סוקסעספולער ביזנעסמאן, קומט עס אים פאָר ווי א וועג פון עטליכע מייל ארויף אויף מסוכן-שיפן בארג: עס קריכט זיך נישט אזוי שנעל און ס’קומט נישט אזוי גרינג אן.

דאס מציאות ווייזט אבער אנדערש. א גרויסער חלק פון מענטשן וואס זענען אין ביזנעס אנגעקומען צום שפּיץ פון גליק, האבן עס באוויזן אן באזונדערער אנשטרענגונג און אן גרויס געלט צו דער האנט. א קלארע וויזיע און פלאן, גרייטקייט און איבערגעגעבנקייט, די ריכטיגע שריט אין דער ריכטיגער צייט – דאס איז א סך הכל פון די סובסטאנצן אין דעם רעצעפּט פאר הצלחה. דער יסוד פארבלייבט אמונה אז אלעס ליגט אין די הענט פונעם רבונו של עולם; השתדלות, דער צווייטער און ווייניגער-וויכטיגער טייל, איז גארנישט אזא קאמפליצירטער פראצעס ווי מאנכע מיינען.

ברייען סקודאמאר איז דער אייגנטומער פון א קאמפאני וואס איז ווערט א געשאצטע הונדערט-מיליאן דאלאר. ער האט אנגעהויבן די נעמליכע פירמע מיט א פארמעגן פון זיבן-הונדערט דאלאר און – א “פּיקאָפּ” טרעקל.

דער היינטיגער מולטי-מיליאנער האט אין זומער פון יאר 89′ באשלאסן אנצוהייבן צוזאמנעמען מיסט מיט זיין טרעקל. פשוט אזוי: א מענטש וואס פארמאגט אומניצליכע, ווערטלאזע חפצים – “דזשאָנק” בלע”ז – זאל אים אנרופן און ער, באוואפנט מיט זיין פּיקאפּ טראק וועט אנקומען און די זאכן באזייטיגן פון דארט.

דער דאזיגער איינפאל איז היינט פארוואנדלט געווארן אין א ריזיגע ביזנעס, “1800 גאַט דזשאָנק?” (1800 Got-Junk?) וואס פארמאגט פיליאליס אין הונדערט שטעט איבער פיר קאנטינענטן

סקודאמאר האט נישט געהאט קיין געלט צו דער האנט; ער האט אבער יא פארשטאנען אז ער האט פאר זיך א גוטע געלעגנהייט. אין זיין געגנט זענען נישט געווען קיין סך אזעלכע פירמעס וואס האבן זיך אפגעגעבן מיט אפנעמען “דזשאָנק”, און נאך ווייניגער קאמפאניס וואלטן געוואלט אידענטיפיצירט ווערן מיט “דזשאנק“.

סקודאמאר איז אבער שטאלץ מיט זיין קאמפאני, און דער נאמען שרייט אראפ פון אלע טראקס – וואס איז זיין בעסטער אדווערטייזמענט און ברענגט אים ניינציג פראצענט פון זיין ביזנעס. דער פירמע נאמען איז פשוט, פארשטענדליך און ברענגט אמבעסטן ארויס דער פירמע’ס “מעסעדזש” און וואספארא סערוויס ער שטעלט צו.

קיינער, אריינגערעכנט זיין אייגענעם פאטער, האט סקודאמאר נישט געגלייבט – קיינער, אויסער ער אליין. סקודאמאר האט געוואוסט אז האט עפעס צו ברענגען צום טיש האט זיך געמאכט א פלאן, און באלד געטאן צו דער זאך.

מענטשן טראגן זיך א סך מאל ארום מיט גוטע געדאנקען, אבער געטרויען זיך נישט אליין מיט’ן נעמען די ערשטע שריט זיי ארויסצופירן מכוח אל הפועל. אין אזא פאל לוינט זיך צו האלטן פאר די אויגן א בילד פון אן אפגעריסענעם קאלעדזש סטודענט מיט דעם אפגעניצטן פיקאט טראק.

Image Alternative Text









 

JP News
1471 55 St. Brooklyn NY 11219
info@jpnewsny.com
update your preferences or unsubscribe from this list
 

סגולה לשמירת עינים ולהצלחה להינצל מחטא
וִיהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ ה’ אֱ-לֹהֵינוּ וֵא-לֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ שֶׁתַּרְגִּילֵנוּ בְּתוֹרָתֶךָ. וְדְבִּקֵינוּ בְּמִצְוׂתֶיךָ. וְאַל תְּבִיאֵנוּ לֹא לִידֵי חֵטְא. וְלֹא לִידֵי עֲבֵרָה וְעָוֹן. וְלֹא לִידֵי נִסָּיוֹן. וְלֹא לִידֵי בִזָּיוֹן. וְאַל יִשְׁלוֹט בָּנוּ יֵצֶר הָרָע. וְהַרְחִיקֵנוּ מֵאָדָם רָע וּמֵחָבֵר רָע. וְדַבְּקֵנוּ בְּיֵצֶר טוֹב וּבְמַעֲשִׂים טוֹבִים. וְכֹף אֶת יִצְרֵנוּ לְהִשְׁתַּעְבֶּד לָךְ.

 

Twitter Facebook link

 


 


Follow us!