JP Business And Finance #14


 


JPUpdates Logo


מיטוואך בלק
יד’ תמוז תשע״ח
ביזנעס און פינאנץ 14
JPUpdates Logo
 


מארקעטינג שטום שפּראך

 יעדעס יאר ווען עס קומט צו גיין דער ימים-נוראים סעזאן, באגעגן איך זיך כסדר מיט דעם זעלבן פענאָמען וואס ברענגט ביי מיר אויף א שמייכל. עשרת ימי תשובה פירן זיך ערליכע אידן צו שלאגן כפּרות. איבעראל, פון די צייטונגען און ווענט, שרייען אראפּ אנאנסן און כמעט יעדער קומט אויף מיט’ן זעלבן חידוש יעדעס מאל באזונדער. “כפרות צענטער,” לייענט זיך פון אויבן אין גרויסע אותיות. דאן קומט נאך א פּאראגראף וואס זאגט עפעס ווי, “מיט גרויס פרייד ווילן מיר מעלדן אז אויך היי-יאר וועלן מיר האבן – דא קומט א הפסקה, נאכגעפאלגט מיט משונה’דיג גרויסע ווערטער – ל-ע-ב-ע-ד-י-ג-ע עופות” און דערנאך דער המשך: וואו, ווער און ווען.

מיך וואונדערט כסדר, וואס איז אזוי דער חידוש מיט דעם “לעבעדיגע” עופות אז יעדער זאל שפירן ווי דאס איז, אויב נישט די איינציגע זאך כאטש דער וויכטיגסטער פרט פון דעם אנאנס? איר האט שוין אמאל געזען עמיצן דרייען העכער’ן קאפ א טויט הינדל?

פאראן אזעלכע וואס צייכענען צו אז דאס פלייש אדער הכנסה איז געווידמעט לטובת דעם און יענעם וואוילטעטיגן צוועק – א מוסד, אד”ג. אין מיינע אויגן טראגט דער דאזיגער פּונקט א סך מער געוויכט. דאס וויסן אז מיט’ן דורכפירן דעם מנהג ישראל כאפּט מען נאך אריין א מצוה אין דער זייט וועט ענדערש איבערצייגן א מענטש אהינצוגיין פאר כפּרות שלאגן ווי די הבטחה אז די עופות זענען נאך ביים לעבן.

דער דאזיגער פענאמען איז אבער נישט מער ווי א קלאסישער ביישפיל פון א שלעכטן פּערספּעקטיוו אויף מארקעטינג און אדווערטייזינג.

יעדע פירמע וואס פירט זיך לויט די כללים אויף וועלכע די ביזנעס-וועלט איז באזירט, פארמאגט א בודזשעט פלאן. וואס איז דאס א בודזשעט? פּשוט: די חשבונות וועגן די אויסגאבן און איינקונפטן פונעם געשעפט. דער יסוד פונעם פּראפיט-סוד איז, אז די איינקונפטן זאלן באטרעפן א גרעסערן ציפער ווי די אויסגאבן – די הוצאות זאלן זיך דעקן און דער פארבליבענער סכום איז דער ריווח.

אין א געזונטן ביזנעס בודזשעט ווערט א היפּשער חלק געווידמעט פאר “מאַרקעטינג”. גאנצע סעקטארן אין דער מידיא וועלט לעבן אויף רעקלאמעס. ווערט האלט אויס טעלעוויזיע און ראדיא סטאנציעס, צייטונגען און זשורנאלן? אין סובוועי און אויף אויטאבוסן, אויף די ווענט פון פאפולערע געשעפטן און “באָסשעלטער” בודקעס – סיי וואו די אויגן פון מענטשן קענען אויסוואנדערן און זיך אפּשטעלן אפילו אויף א מינוט, ווערט אויסגעניצט פאר דעם צוועק: אים אריינצוהאמערן אין קאפּ וועגן א געוויסן סערוויס אדער פּראדוקט.

מארקעטינג, ברענדינג, און די גאנצע סוגיא ארום באשטייט אבער פון סך, סך מער ווי סתם דערציילן אז איך בין דא און האב פארצושלאגן דעם און יענעם באשטימטן פּראדוקט אדער סערוויס. ווען מיר לייענען אדער הערן א רעקלאמע פון א פראפעסיאנאלער פירמע, זעען מיר פאר זיך דעם סך הכל פון א געוואלד מיט קאפּ און מוח וואס איז אריינגעלייגט געווארן אין דעם פראיעקט דורך עקספערטן און מבינים.

אנגעהויבן פון אזעלכע קלייניגקייטן ווי צו וועמען דארף דער פראדוקט פארגעשטעלט ווערן; ווער גענוי פון כל הקהל הקודש איז דער ריכטיגער קאנדידאט פאר דעם סערוויס. דערנאך, וואספארא געפיל, טעם און מיין זאל דער מענטש אויף דער גאס שפירן אין שייכות מיט דעם פראדוקט; וויאזוי איבערצייג איך איך אים אז דאס וועט אים העלפן, פארבעסערן דאס לעבן, דינען א באשטימטן צוועק; מיט וואס איז מיין סערוויס בעסער ווי דעם קאנקורענט’ס, וועלכער שלאגט פאָר צום פארקויפן גענוי די זעלבע זאך.

אין א געוויסן זין, איז א פראפעסיאנאלער מארקעטינג עקספערט נאענטער צו א פסיכאלאג ווי א מידיא מאן. אבער פשט איז נישט אז דער מארקעטינג פעלד איז געבויט אויף ליגנט און דרייט זיך ארום פארדרייען יענעם א קאפ – מענטשן זענען נישט משוגע און קויפן נישט קיין נעכטיגע מעשיות. אבער פונקט ווי א פּסיכאלאג קומט נישט דערציילן א קליענט וועגן זיין פראבלעם, נאר זוכט אויף דעם שורש פונעם סימפּטאם, דאס זעלבע וועט א מארקעטינג מומחה פרעזענטירן דעם אמת, אבער אויף אן אופן ער זאל זיין ווירקזאם צום מאקסימום.

 
שלום עליכם! 

ווען צוויי פרעמדע אידן באגעגענען זיך, קומט די ערשטע פראגע באלד נאכ’ן שלום-עליכם, “וויאזוי הייסט איר?” די שאלה קען געשטעלט ווערן אין מערערע וואריאציעס: “וויאזוי הייסט א יונגערמאן?” (עלטערער איש מכובד צום פריש-געבאקענעם יונגערמאן); “וועמענס טאטע ביסטו?” (גוט-געשטימטער מיטליעריגער מאן צו עמיצן א דור אראפּ); “וויאזוי הייסטו, אויב איך מעג פרעגן?” (באזעצענער יונגערמאן צו דומה-לו.)

יעדנפאלס, איידער מען גייט אריין אין טיפערן שמועס, ווילן די באטייליגער וויסן מיט וועמען זיי האנדלען דא. אין פּשוט אידיש: קודם זאג מיר וויאזוי דו הייסט; יעצט קענען מיר ווייטער רעדן.

דער זעלבער כלל איז גילטיג אין ביזנעס – א געשעפט, פּראדוקט אדער סערוויס. פאר אלעמען דארף דער באטרעפנדער ביזנעס באקומען אן אידענטיפיקאציע, א נאמען וואס דערציילט נישט נאר צי ער האנדלט מיט זאקן אדער פארריכט פענסטערס, נאר אויך א נאמען לשם נאמען: “וואַסער ווינקל”; פארקויפט געטראנקען.

די אויפגאבע פון א מומחה איז יעצט צו נעמען דעם ביזנעס נאמען און אים פאָרשטעלן צו דער עפנטליכקייט אויף אן אופן אז “וואסער ווינקל” זאל ביים מענטש אויפברענגען א געוויסן ניצליכן געפיל

די וועלט בארימטע “קאוקא קאולא” פירמע האט דעם דאזיגן מיטל אויסגעניצט אויף הונדערט פראצענט. קאוקא קאולא שטילט דעם דורשט. איך האב געגעסן א פליישיגן נאכטמאל און דארף א שווענק, איז א גלעזל קאוקא קאולא דער פאסיגסטער מיטל.

קאוקא קאולא האט קיינמאל נישט אנאנסירט ברחל בתך הקטנה: פאר אלע אייערע געטראנקען געברויכן קומט צו קאוקא קאולא! אבער דווקא מיט’ן נישט זאגן איז דער זעלבער מעסעדזש געהערט געווארן מיט קולי קולות.

יעצט, קאוקא קאולא איז באמת א פיינער געטראנק. אבער דער גראסערי-פרידזשידער איז אנגעפילט מיט נאך צענדליגער אנדערע געטראנקען און טייל פון יענע זענען מיט גארנישט ערגער אין טעם פון קאוקא קאולא. שוין אפגערעדט אז א פלעשל קאוקא קאולא שטילט נישט דעם מענטש’נס דורשט בעסער ווי א גלעזל פשוט וואסער. למעשה טראגן זיך מאסן מענטשן ארום מיט אן איבערצייגונג אין קאפ – אפטמאל אָן אליין זיך כאפן דערויף – אז אט דער איז דער בעסטער געטראנק צו דערפילן דעם צוועק: דורשט? קאָוק!

דאס איז טייטש, אז די דאזיגע פירמע האט במשך די יארן דורכגעפירט אן אויסגעצייכנטן מארקעטינג קאמפיין – וואס האלט ווייטער אָן. קאוקא קאלא האט זיך פאָרגעשריבן א סטראטעגיע, וואס איז אויסגעפירט געווארן מיט גרויס הצלחה און דער פירמע’ס אדווערטייזינג קאמפיין לויפט נאך אלץ אויפ’ן זעלבן מאטא, הגם קינסטליך באהאלטן. זי זאגט קיינמאל נישט ארויס, טרינקזשע אביסעלע קאוק; וועסט זען ווי גוט ס’וועט זיך שפירן. זי זאגט עס נישט; זי מאנעווירט אבער יא אז איר זאלט אזוי שפּירן.

מער ספּעציפיש גערעדט, האט די דאזיגע פירמע דורכגעפירט א געלונגענעם “ברענדינג” קאמפּיין; ס’איז איר געלונגען צו באגראבן אין איר פּראדוקט א געזונטן מעסעדזש, וואס העלפט שטילן דעם מענטשליכן דארשט און דער פירמע’ס פינאנציעלן אפּעטיט.

 
וואס מאכט איר עפּעס?

ברענדינג” איז דער זיגל, וואס סטעמפּלט אפּ א פירמע און איר פּראדוקט. דער דאזיגער ויקרא-שמו-בישראל איז אבער נישט מער ווי איינע פון א סעריע וויכטיגע אזעלכע שריט, וואס א קאמפּאני מוז אונטערנעמען אין ראַם פון א מארקעטינג קאמפּיין.

מיר דארפן געדענקען אז בדרך כלל וועט קיינער נישט קויפן א פּראדוקט לשם מצוה. יא, מיר ווייסן אז דאס איז דער שענסטער מיטל פון שטיצן א צווייטן בדרך כבוד; איז דאס אבער דער אויסנאם און נישט דער כלל.

א מענטש קויפט א פּראדוקט אדער באשטעלט א סערוויס, ווייל ער וויל דערפילן א צוועק, אויספילן א חלל, לעזן א פּראבלעם. עסן קויפט מען צו שטילן דעם הונגער, א פּלאמבער רופט מען כדי צו קענען זיך וואשן די הענט צו א סעודת ראש חודש.

דער קליענט, אין אנדערע ווערטער, דערזעט זיך מיט א פּראבלעם און זוכט די לעזונג ביי אייך, דעם ביזנעסמאן

און פּראבלעם מיינט אוודאי נישט דווקא א צרה. מיר רעדן דאך אוודאי פון א “געברויך”, א נויטווענדיגקייט ווי עסנווארג אדער א לוקסוס ווי א שענערן שראנק אין ליווינג רום. אין ביידע פעלער רעדן מיר פון א מענטש וואס האט א געברויך, און זוכט אים צו ערלעדיגן מיט אייער הילף, דעם ביזנעסמאן וואס שטעלט צו די ספּעציפישע זאך.

א סך מאל – ס’וועט אפשר נישט זיין גוזמא צו זאגן אין רוב פעלער – וועט אבער דער קאנסומער, דער ציווילער יחיד וועלכער איז אייערס א פּאטענציעלער קונה, נישט צוזאמשטעלן איינס מיט איינס און כאפּן זיך אז ער נויטיגט זיך אין אייער סערוויס אדער פּראדוקט. דאס מיינט נישט דווקא אז איר דארפט יענעם פארדרייען א קאפּ און “איינרעדן” אז למען השם ותורתו מוז ער קויפן א געוויסן וואקיום קלינער, אין וועלכן ער הייבט זיך נישט אן צו נויטיגן. איך רעד פון א פּראדוקט אדער סערוויס וואס יענער וואלט באשטעלט, אויב ער זאל נאר פארשטיין אז דאס וועט מסדר זיין דעם געברויך וואס ער האט שוין א לענגערער צייט.

נאט אייך א דוגמא פון ווירקליכן לעבן. דעם פארגאנגענעם ערב-פסח סעזאן, האט זיך אויפ’ן מארקעט באוויזן א נייער סארט “כשר’ן” סעט. באמת: זייער א פּראקטישער איינפאל. ווען כ’האב אפּגעלייענט דעם אנאנס פון א צעטל אויף דער בית-המדרש וואנט, האב איך ביי זיך אפּגעמאכט דעם דאזיגן סעט צו קויפן. איך האב אין דמיון זיך שוין געזען מאנעווירן ארום דער קאך מיט דעם דאזיגן פּראקטישן כשר’ן-געצייג.

אבער ס’איז אנגעקומען צוויי נעכט פאר פּסח, און איך האב זיך געטראפן ארומפירן דעם זעלבן אלטן ציגל פון פאראיאר, מיט דעם הילף פונעם זעלבן פארעלטערט-פארזשאווערטן צווענגל.

מיין כבוד אין א זייט געלייגט – כ’האב פּשוט פארגעסן דערפון. דעם אנאנס האב איך געלייענט אינדערפרי, פאר’ן דאווענען (וסימנך: כ’האב געהאלטן א קאווע אין דער האנט), מיט אן אויסגערוטן קאפּ, און פאר’ן אפּנעמען דעם בינטל פּאסט, וואס האט צווישן אנדערן אנטהאלטן עטליכע בילס און נישט אנטהאלטן צוויי דערווארטעטע טשעקלעך.

מיט די ריכטיגע ווערטער וואלט דער זעלבער אנאנס מיך געקענט אריינצווינגען אין קאפּ, בתורת וויכטיגע זאך וואס מוז ערלעדיגט ווערן, אז צווישן מנחה און מעריב זאל איך אריבערלויפן אין געשעפט און איינהאנדלען זיך דעם דאזיגן סעט. די רעקלאמע האט געהאט די ברירה צו זיין באזירט אויף אביסל מער מחשבה, צוזאמצושטעלן דעם פּראדוקט מיט מיין געברויך; מיך אריינצושטעלן אין קאפּ א פארטיג בילד, וויאזוי דער דאזיגער סעט פילט פאר מיר אן דעם בלויז אין דעם כשר’ן פּראצעדור.

יענער צעטל האט אבער דאס נישט געטאן. אנשטאט האט ער נישט מער ווי “דערציילט נייעס”. איז יענער געבליבן הענגן אין דער לופטן, אנגעוויזן אויף דעם רחמנות פון מיין לאגיק, וואס זאל זיך אריינצווינגען אין מיין רצון – גענוג פעסט אז כ’זאל “וויסן קלאר” אז דא קומט אט אונטער א פּראבלעם און כדי זי צו פארמיידן מוז דער דאזיגער סעט געקויפט ווערן.

דער דאזיגער ביישפּיל איז אבער נישט גענוג שטארק, און ווייזט נישט דאס גאנצע בילד. פאראן סערוויסעס וואס דער מענטש ווייסט ניטאמאל אז ער קען זיך אין זיי נויטיגן. אן אויסגעצייכנטער ביישפּיל וואלט געווען אן אקאונטענט. רוב מענטשן וואס זענען אין ביזנעס ווייסן נישט וואו זיי קענען אלץ ניצן אן אקאונטענט, וואס ער קען אלץ אויפטאן, מיט וויפיל יענער קען פארבעסערן זיין לעבן, אין ביזנעס און אלס יחיד.

אן אקאונטענט איז נישט מער ווי איין דוגמא. איך האב אים אנגעכאפּט, ווידעראמאל, צוליב דער אייגענער סיבה: איך האב געהאט אזא דערפארונג. ס’איז געווען א פּערזענליכער אישו, א קאמפּליקאציע וואס האט זיך אנטוויקלט אין מיינע געלט חשבונות, און כ’האב נישט געוואוסט וויאזוי זיך אן עצה צו געבן. נישט נאר וואס איך האב נישט געוואוסט וויאזוי זיך צו ספּראווען מיט דער פּראבלעם, נאר האב נישט געהאט די מינדסטע אנונג וואוהין זיך צו ווענדן: וועלכער מענטש, וועלכער פראפעסיאנאל, איז געמאכט צו באהאנדלען אזא זאך?

זיצנדיג ביים מיין אקאונטענט אין אפיס, צוליב גאר א צווייטער סיבה, איז די נעמליכע טעמע אריינגעקומען אין שמועס. צו מיין איבערראשונג האב איך זיך דערוואוסט אז מיין “פּראבלעם” איז גארנישט אזוי פארוויקלט – און איז, אין תוך גענומען, בכלל נישט קיין פּראבלעם. ס’איז מער-ווייניגער א גאנגבארע זאך און דער אופן וויאזוי זיך דערמיט אומצוגיין איז זייער פּשוט.

זעט איר, איך בין נישט קיין אקאונטענט, פארמאג נישט זיין דערפארונג. איך הייב נישט אן צו וויסן וואס ער טוט און וויאזוי דאס ווערט געטאן; פארוואס אזוי און נישט אויף אן אנדערן וועג. איז מיר אוודאי נישט איינגעפאלן אז דאס האט עפּעס א שייכות מיט זיין פּראפעסיע און, בעיקר, אז דאס איז א דבר פּשוט און האט מיט קאמפּליקאציע גענוי אזויפיל שייכות ווי איך מיט אקאונטינג.

אין איין ווארט: דער ביזנעסמאן דארף קלאר מאכן וואס ער טוט – וואס ער טוט און וויאזוי וואס ער טוט אדרעסירט דעם יחיד וועמען ער צילט.

 
מען דארף קענען רעדן

די פריערדערמאנטע צוויי אידן, וואס האבן זיך באגעגנט אנהייב פון דעם ארטיקל, האבן זיך שוין אויסגעטוישט די נעמען און אפּגעענטפערט דעם “ברוך השם” אויף דער ערשטער פראגע פון “וואס מאכט איר עפּעס גוטס.” יעצט דארפן מיר זיי געבן א לעקציע וויאזוי צו פירן א שמועס.

לאמיר אננעמען אז די צוויי אידן זענען איר און איך. איך האב אויף זיך יעצט גענומען א מיסיע צו איבערצייגן אייך, מיין מיטשמועסער, אז אני הקטן דער מחבר פון דעם ארטיקל, איז אן אויסגעצייכנטער שרייבער – דער סאמע בעסטער אויפ’ן מארקעט!

האב איך די ברירה צו רעדן מיט אייך קלארע דיבורים: הערט מיך אויס, אהובי ידידי, איך בין א שרייבער אזוינס און אזעלכס! אויב איר זוכט אמאל צו באשרייבן עפּעס, סיי וואס, ווענדט זיך תיכף צו מיר

אדער, אלס צווייטע ברירה, קען איך אפירזוכן דעם בעסטן ארטיקל וואס כ’האב נאר אמאל געשריבן, און אים אייך געבן איבערצולייענען; זאלט איר אליין פסק’ענען צי איך בין נישט טאקע דאס עידית שבעידית, פארשטייט איר מיך

וועלכן פון די צוויי איבערצייגונגס אופנים געפעלט אייך בעסער? איך בין נישט אנטציקט מיט קיינער פון די ברירות. זיך אנטאן א שטאלץ און אנהייבן בלאזן פון זיך וועט נישט ארבעטן. פארוואס זאלט איר מיך גלייבן? איך זוך דאך פּרנסה, שרייב-ארבעט – וויאזוי דען זאל איך זיך פארשטעלן: ווי א בטלן וואס האט געהאט א בייזן חלום אז ער קען שרייבן?

דער צווייטער אופן איז נישט קיין אויסוועג, ווייל איר דארפט זיך נעמען דאס געדולד זיך אוועקצוזעצן אפלייענען וואס איך האב אמאל געשריבן פאר עפּעס א נישט-רעלעוואנטן צוועק. דער אינהאלט פון ארטיקל אינטערעסירט אייך ווי דעם פאראיעריגן שניי, און אין בעסטן פאל וועט איר מיך טובה טאן און שנעל דורכלויפן די פּאראגראפן. דער קאפּ וועט אייך גאנץ זיכער נישט זיין דערביי, און נאכ’ן לעצטן ווארט וועט איר זיין איבערצייגט אין דער קוואליטעט פון מיין ארבעט גענוי אויף אזויפיל ווי פאר’ן אנהייבן לייענען.

איבערצייגן דעם קאנסומער אז בעסער פון אייער פּראדוקט אדער סערוויס וועט ער אין ערגעץ נישט געפינען איז מסתמא איינער פון די קאמפּליצירסטע טיילן פון א מארקעטינג קאמפּיין. איך בין, האב איך פריער שוין געזאגט, א שרייבער; ווייס איך וואס איז נישט גוט. וויאזוי דאס צו מאכן, אז אייער מעסעדזש זאל זיין אינטערעסאנט גענוג אז דער פּאטענציעלער קונד זאל אים לייענען, אָן אים געבן דאס געפיל ווי איר פּרואווט אים צווינגען צו טראכטן אין א באשטימטער ריכטונג, צו דעם פאדערט זיך א ריכטיגער עקספּערט.

איך גיי דא נישט קיינעם רעקאמענדירן. אזויפיל יא: אויב איר שפּענדעט געלט פאר מארקעטינג און אדווערטייזינג, מאכט כאטש זיכער אז דאס געלט ברענגט די געוואונטשענע רעזולטאטן.

שפע און שעפערישקייט

כ’האב מיט א צייט צוריק געלייענט אין די נייעס וועגן א געוועזענעם אנגעשטעלטן אין א פּרעסטיזשפולער פינאנציעלער פירמע, וואס האט נאך דעם עקאנאמישן קראך מיט צען יאר צוריק פארלוירן זיין שטעלע, און האט זיך ארויסגעלאזט איבער די גאסן מיט א טאוול אין דער האנט בעטנדיג ביי דורכגייענדע אים צו העלפן געפינען א דזשאב.

דער דאזיגער עפּיזאד האט מיך דערמאנט אין א שמועס וואס איך האב מיט א צייט פריער געהאט מיט א באקאנטן. מיר האבן פּרובירט פארשטיין דעם פּשט פון דעם פענאמען וואס היימישע אידן, וועמען מען לערנט נישט קיין פאך אין ישיבה, האבן למעשה נישט קיין פּראבלעמען עווענטועל אנצוקומען ביז א נארמאלער שטעלע מיט א נישט-שלעכטן געהאלט.

מיר, מיין חבר און איך, זענען געקומען צו דער החלטה אז די נויט פון נישט האבן פאר זיך קיין אויסגעטראטענעם וועג אין דער ביזנעס וועלט צווינגט היימישע אידן צו ווערן שעפעריש און אויפקומען מיט אריגינעלע המצאות וויאזוי צו מאכן געלט. ווען עמיצער שטייט פאר א שאסיי וואס איז אויסגעפלאסטערט געווארן אין הארץ פון א וואלד, וועט אים נישט איינפאלן צו נעמען זיך קריכן צווישן די ביימער. ווען ס’איז אבער נישטא קיין שום וועג, הייבט מען אליין אן גיין און מען פרואווט דערביי אויסמיידן אונטערגעקומענע שטרויכלונגען אויף ווי ווייט מעגליך.

אין אן עקאנאמישן זין זענען מיר, היימיש-חרדי’שע אידן, נישט מער ווי א טייל פון דער אלגעמיינער באפעלקערונג. ווען ס’הערשט א שפע, שפּירט דער רחבות זיך ביי אונז נישט ווייניגער ווי ביי אנדערע. אז עס קומט אויף דער וועלט אן עקאנאמישע גזירה – לאמיר זי אנרופן א סאפיסטיקירטע הונגער יאר – באטרעפט זי אונז גלייך מיט יעדן.

איז דאך אבער פארט פאראן עפּעס מיט וואס מיר טיילן זיך אויס פון דעם רעשט, נעמליך, א מעגליכקייט פאר שעפערישקייט אין שייכות מיט פּרנסה מיטלען. אונזער געדאנקען גאנג אינעם עולם-המסחר איז געוואוינט צו נעמען זייטיגע וועגן און אפילו זיך אויסטרעטן נייע

די אמעריקאנער באפעלקערונג, אריינגערעכנט דער אידישער וואס איז כולל דעם היימישן עולם, האט אין די לעצטע עטליכע יאר גענאסן פון אן אויסערגעווענליכן שפע. מיר האבן זיך איינגעוואוינט צו אן אויסנאמליכן רחבות’דיג לעבן און זענען ווי פארוואנדלט געווארן אין פארפּיעטשעטע קינדער.

איז צייט צו נעמען די זעלבע שעפערישקייט וואס מיר האבן גענוצט אויף צו מאכן געלט און זי אנגאזשירן אין דער ארבעט פון שפּארן געלט, פון לעבן אויף א בודזשעט וואס שטימט מיט’ן נייעם מציאות וואס דער גורל האט באשערט.

ס’איז פיל לייכטער אויפצוקומען מיט המצאות אויף צוימען הוצאות ווי אויפצוטרייבן איינקונפט. די נאטירליכע נויגונג פון לעבן באקוועם שטעלט זיך נאר אביסל אין וועג, און פארהאלט דעם שכל פון טראכטן אין אזא ריכטונג

נא, פריער האט זיך געפאדערט אן אנשטרענגונג צו מאכן געלט; יעצט דארף די זעלבע אנשטרענגונג אנגעוואנדן ווערן לגבי דעם טראכטן – אויפצוקומען מיט איינפעלער פאר שפּארזאמקייט.

די שעפערישקייט איז דא. מיר דארפן זי נאר ריכטיג ניצן.

Image Alternative Text









 

JP News
1471 55 St. Brooklyn NY 11219
info@jpnewsny.com
update your preferences or unsubscribe from this list
 

סגולה לשמירת עינים ולהצלחה להינצל מחטא
וִיהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ ה’ אֱ-לֹהֵינוּ וֵא-לֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ שֶׁתַּרְגִּילֵנוּ בְּתוֹרָתֶךָ. וְדְבִּקֵינוּ בְּמִצְוׂתֶיךָ. וְאַל תְּבִיאֵנוּ לֹא לִידֵי חֵטְא. וְלֹא לִידֵי עֲבֵרָה וְעָוֹן. וְלֹא לִידֵי נִסָּיוֹן. וְלֹא לִידֵי בִזָּיוֹן. וְאַל יִשְׁלוֹט בָּנוּ יֵצֶר הָרָע. וְהַרְחִיקֵנוּ מֵאָדָם רָע וּמֵחָבֵר רָע. וְדַבְּקֵנוּ בְּיֵצֶר טוֹב וּבְמַעֲשִׂים טוֹבִים. וְכֹף אֶת יִצְרֵנוּ לְהִשְׁתַּעְבֶּד לָךְ.

 

Twitter Facebook link

 


 


Follow us!